מוסטער:אין די נייעס
- די שטאַט עלעקטריע פירמע פון לבנון לויפט אויס פון ברענשטאף רעזערוון און מעלדט אז זי קען מער נישט צושטעלן ענערגיע צו דאס לאנד, וואָס פירט צו א טאטאלע נאציאנאלע קורצשלוס.
- צה"ל האט דורכגעפירט א סעריע מיליטערישע אטאקעס אויף טעראר-אינפראסטרוקטור אין דיר על-באַלאַח און אין די נוסעיראט לאגער אין עזה פאס, אומברענגענדיג ווייניגסטנס 34 מענטשן.
- מדינת ישראל האט אטאקירט א ווערהויז אין נבאטיה אין דרום לבנון, אומברענגענדיג ווייניגסטנס 10 מענטשן.
- די פרייז פון גאלד איז אנגעקומען צו א רעקארד הייעך פון 2,500 אמעריקאנער דאלאר.
- ארום 50 מאסקירטע מתנחלים האבן איבערגעפאלן א פאלעסטינער געגנט אין די מערב ברעג און אונטערגעצינדן כאטש 4 הייזער און עטליכע קארן, איבערלאזנדיג איין פאלעסטינער פאטאליטעט.
- מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע יונגל קעמפ, מחנה אהל יוחנן ראחמיסטריווקא, אין אלסטער קאונטי אין די קעטסקילס געפלאנט אויף קומענדיגן זונטאג עקב.
- רוסיש-אוקריינע מלחמה: דער אוקראינער מיליטער האט אריינגעדרונגען אין רוסלאנד'ס קורסק און בעלגאראד גובערניעס.
- די וועלט געזונט ארגאניזאציע האט דערקלערט די אפריקאנער מאנקיפאקס עפּידעמיע אלס א פובליק געזונט עמערדזשענסי פון אינטערנאציאנאלע זארג (PHEIC).
- דער דעמאקראטישער פארטיי קאנדידאט פאר וויצע פרעזידענט טים וואלץ און דער רעפובליקאנער פארטיי קאנדידאט פאר וויצע פרעזידענט דזשעי. די. ווענס (אין בילד) שטימען איין פאר א דעבאטע דעם 1טן אקטאבער אויף CBS.
די אינפארמאציע אונטן איז אריבערגעשלאסן פון קיין דאקומענטאציע בלאט.
קיין דאקומענטאַציע בלאט פאר דעם מוסטער.