רוי:שמואל אהרן דייטש

ווערסיע פון 21:10, 24 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[[סאטמאר" ב־"[[סאטמאר")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 החסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד איז געווען דער משמש און פערזענליכער שוחט ביי רבי ישעיה שטיינער מקערעסטיר ,און ער איז אוועק ביים קריג.

החסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד שו"ב אצל אצל רבי ישעילע מקערסטיר
החסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד שו"ב אצל אצל רבי ישעילע מקערסטיר

קינדער יארן

החסיד רבי שמואל אהרן איז געבוירן אומגעפאר אין יאר תרמ"ב לפ"ק, צו זיין טאטע החסיד רבי יעקב חיים שו"ב אין לאצא נעבן אוהעל, און צו זיין מאמע שינדל, חתונה געהאט האט ער מיט מרת רחל מלכה א טאכטער פון החסיד רבי שלום יוסף וויינבערגער שו"ב אין מונקאטש, די חתונה איז פארגעקומען אין מונקאטש בדר"ח אלול יאר תרס"ב, נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין מונקאטש דארט האט ער זיך געלערנט שחיטה, און ער איז גאר נאנט געווארן מיט רבי צבי הירש שפירא זצ"ל אבד"ק מונקאטש בעל דרכי תשובה,

אין יאר תרס"ו בערך איז רבי שמואל אהרן געווארן אויפגענומען אלץ שוחט אין סאבראנץ וואס איז געווען א קוהר ארט,

אין סאבראנץ איז ער געווען שוחט פאר בערך פינעף יאר, דערנאך איז ער געווארן אויפגענומען אלץ שוחט אין קערעסטיר ביי רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, און דארט איז ער גאר נאנט געווארן מיט רבי ישעילע און ער איז געווען זיין רעכטע האנט, רבי שמואל אהרן'ס קינדער זענען געווען ווי קינדער ביי רבי ישעילע,

פאר אכצען יאר האט ער געדינט אלס שוחט אין קערעסטיר, און נאך די פטירה פון רבי אברהם שטיינער פון קערעסטיר דער זון פון רבי ישעילע איז ער געווארן אויפגענומען געווארן אלס שוחט אין די ספרד'ישע קהילה אין מישקאלץ אין שפיץ פון הגאון המפורסם רבי חיים מרדכי יעקב גאטליב דער יגל יעקב,

די מישקאלצער קהילה האט אים שוין עטליכע מאל געבעטען צו דינען אלס זייער שוחט, און רבי שמואל אהרן איז זיך געגאנגען דורכרעדן מיט רבי ישעילע, רבי ישעילע האט זיך ארויסגעדריקט אז "קערעסטיר", איז קערעסטיר נאר ווי לאנג ער (רבי ישעילע) לעבט, און טאקע אביסל שפעטער נאך וואס רבי ישעילע איז אוועק איז די מישקאלצער קהילה געקומען נאכאמאל בעהטן רבי שמואל אהרן צו ווערן זייער שוחט, און דעמאלטס האט ער עס אנגענומען. אין מישקאלץ האט ער געדינט ביזן קריג.

משפחה

קינדער מיט זיין צווייטע ווייב

  • משה, געבוירן אום ו' תשרי יאר תרפ"ד אוועק צוואנציג טעג שפעטער.
  • רחל מלכה, אשת רבי סענדער דייטש ראש הקהל אין קהילת סאטמאר, געבוירן אום אסרו חג סוכות יאר תרפ"ה אין קערעסטיר, זי טראגט דעם נאמען פון זיין ערשטע ווייב.
  • אסתר אשת הרב דוד בנציון קליין די רב פון יסודות אין ארץ ישראל בעל שו"ת תהלות דוד, געבוירן אום י"ג אדר יאר תרפ"ז אין קערעסטיר.

ספרים

 
ספר שם אהרן להחסיד רבי שמואל אהרן דייטש הי"ד שו"ב אצל רבי ישעילע מקערסטיר

זיינע רבי'ס

געלערנט האט רבי שמואל אהרן אין די ישיבה פון רבי שמואל בראך אין נירמאדא, דערנאך איז ער אריין אין די ישיבה פון רבי חנניה יום טוב ליפא טייטלבוים פון סיגוט דער קדושת יום טוב, אזוי אויך האט ער אסאך מקבל געווען פון רבי צבי הירש שפירא דער דרכי תשובה פון מונקאטש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!