רוי:רבי יצחק צבי דייטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


הרב יצחק צבי דייטש ( י״ב סיון תרע״גד׳ אב יאר תשמ״ז) איז געווען רב אין סענדרא און רב דקהל חרדים אין דעטרויט, מישיגען.

הרב יצחק צבי דייטש אבד"ק סענדרא דעטרויט בעל שיח יצחק
הרב יצחק צבי דייטש אבד"ק סענדרא דעטרויט

קינדער יארן

ער איז געבוירן י״ב סיון תרע״ג צו זיין פאטער רבי שמואל אהרן דייטש אינעם באקאנטן שטעטל קערעסטיר.

רבי יצחק צבי איז אויפגעוואקסן בצל הקודש פון רבי ישעי'לע קערעסטירער, וואו זיין טאטע איז געווען דער שוחט און בעל תפילה און איש סודו ובן בריתו פון רבי ישעי׳לע.

זיינע רביס

ער איז געווען א תלמיד פונעם מאדער רב בעל לבושי מרדכי, אויך האט ער געלערנט אין דער פאיער ישיבה אנגעפירט דורכן פאיער רב רבי יחזקאל שרגא וויינבערגער הי״ד. דערנאך איז ער אריבער לערנען אין דער ישיבה ביי רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אין שטאט קראלי, פון וועם ער איז שוין פארבליבן א תלמיד מובהק און א חסיד נלהב.

ער איז געווען אן אויסגערופענער בחור א מתמיד אן א גרענעצין.

משפחה

זיין ערשטע ווייב פארן קריג איז ער געווען חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ מרת מיריש א טאכטער פון רבי יצחק מאיר (ר׳ איטשע מאיר) לאנדוי רב דביהמ״ד חברת שומרי שבת אין חוסט, פון די פיר באקאנטע ברודער קינדער פון רבי משה בער לאנדוי פון ווערעצקי. זייערע קינדער זענען:

  • רבי שלום נח דומ״ץ ווערעצקי
  • רבי יהושע העשיל אב״ד וויטקע
  • רבי חיים יוסף דומ״ץ ארשיווע

ביי דער מלחמה אין די שרעקליכע יארן וואס האט באטראפן דעם כלל ישראל איז ער פארוואלגערט געווארן אין דעם פרעסטיגן טויטליכן סיביר ווי ער האט דארט אונטער די שווערסטע אומשטענדן געדינט דעם אויבערשטען במסירת נפש, און מיט געוואלדיגע ניסים ונפלאות זיך געהאלטן ביים לעבן, מיט כשרות, שמירת שבת, א געוואלדיגע יד ה׳ האט אים דארט באגלייט, ווי ער פלעגט עס פארציילן אריינצובאקן אמונת צדיקים.

נאכן קריג ווי ער האט פארלוירן זיין אשת נעורים מיט א קינד, האט ער נאכאמאל חתונה געהאט מיט א אייניקעל פון זיין פריערדיגע שווער, הרבנית הצדיקת סימא פערל א טאכטער פון רבי מאיר הלוי בוקסבוים ז״ל (זון פון רבי אברהם פון די שוחטים ביים בליט בילבול אין טיסא עסלאר א איידעם ביי הגה״ק רבי יעקב שפירא מטערצאל זצ״ל) איידעם פון רבי איטשע מאיר לאנדוי וואס ווערט דערמאנט אויבן, און אויפגעשטעלט זיין שטוב מיט איר לשם ולתפארת.

אזוי איז ער געווען פארוואגעלט אן א שום ידיעה איבער סיי וואס אין טיפן רוסלאנד, ג׳ סליחות שנת תש״ז האט ער הערשט באקומען א בריוו פון זיין עלטערן ברודער הגה״צ רבי חנניה יו"ט ליפא דייטש בעל ״טהרת יו״ט״ פון העלמעץ זצ״ל אז ער מיט נאך צוויי געשוויסטער (רחל מלכה די ווייב פון הרב החסיד רבי סענדער דייטש ז״ל ראש הקהל אין סאטמאר, און די ווייב פון הגה״צ רבי דוד בנציון קליין ז״ל אב״ד יסודות) זענען לעבן געבליבן און וואוינען צוריק אין אונגארן, איז ער צוריק געגאנגען קיין אונגארן, דאן איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין שטאט סענדרא,

וויען

אין יאר תש״ט צוליב דאס קאמאניזם האט מען געמוזט הייבן פיס איז ער געגאגען וואוינען אין וויען ווי ער איז געווען א דיין ומורה הוראה אינעם שיף שול.

מיט די פארלאנג פון זיין רבי, מרן מסאטמאר האט ער געבויט דארט די מקוה טהרה ווי סאטמארע רבי האט אים אפגעשריבן א לענגערע תשובה איבער די מקוה (שו״ת דברי יואל סימן ע״ז).

דארט האט ער געדינט ביז אום יאר תשי״ז ווען ער איז אריבער קיין ניו יארק וואוינען.

אין יאר תשי״ח האט זיין רבי, מרן מסאטמאר אים אויפגענומען בשליחתו הק׳ און אים געשיקט צו נעמען אויף זיך דעם רבנות פאסטן אין שטאט דעטרויט וואס איז אין מישיגען, ער זאל דינען אין די חרדישע ציבור דארט און דערנענטערן אידן צו אידישקייט, און פארשפרייטען אידישקייט אין די שטאט .

א שבת (פ׳ יתרו) פארן זיך ציען קיין דעטרויט ביים עולה זיין לתורה אין בית המדרש פון זיין רבי מרן מסאטמאר האט ער אויסגעלאזט פארן דעטרויטער רב מיט די ווערטער ״וילך לו אל ארצו״ צומאכענדיג שוין דעם ספר האט ער געזאגט מיטן נוסח הקריאה... ״קיין דעטרויט״....

אין דעטרויט

דארט אין דעטרויט איז זיין הויז און זיין בית מדרש געווארן א לייכט טורעם פארן גאנצן אומגעגענט, יעדער וואס האט נאר געדארשט לדבר ה׳ איז געקומען צו גיין יונק זיין פון דעם באר מים חיים תורה ועבודה וחסידות, זיין הויז איז געווען ברייט אפען אלס א הכנסת אורחים פאר הונדערטער אויסלענדישע געסט טעגליך, ווער רעדט נאך פון א שבת טיש ווי עס זענען געזיצן און געשלאפן געסט פון אלע ווינקלען פון די וועלט, משולחים, ראשי ישיבה, רבנים, אדמורים, סתם ארחי פרחי, און דער רב אליינס מיט די רעבעצין זענען געשטאנען איבער זיי און סערווירט די היימישע מעדני מלך.

דאס לעבן פאר א חסידישען (עהרליכער) איד איז דארט אין דעטרויט גארנישט געווען פון די לייכטע זאכן, קיין געשעפטן מיט אלע כשר׳ע פראדוקטן איז נישט געווען, און בתכלית הכשרות זיכער זיכער נישט!! פלייש: האט ער אליינס געשחטן בדחילו ורחימו דערנאך כשר געמאכט. ברויט: איז געווען נאר פת עכום דער רב פלעגט אליינס אראפגיין אין בעקעריי מיט זיינע כלים באקן יעדע שטיק צייט פילע קוואנטומען ברויט׳ן פאר זיך די משפחה אין פאר די פילע הונדערטער אורחים... חלב ישראל: האט קיינער ניטאמאל געזוכט! אלזא יעדע צוויי וואכן האט דער רב געדארפט זיך לאזן אין וועג אריין אראפגעפארן א מרחק רב צו א פארעם וואס האט מסכים געווען צו דעם טירחא פון מעלקן ספעציעל פאר עפעס א רב אייגן געמאלקענע מילעך. מקוה: שבת אינדערפרי פלעגט דער דעטרויטער רב גיין א מרחק רב פון פילע מיילן צו קענען כאפן א טבילה במקוה, און בכלל פלעגט ער גיין אין מקוה גאר אסאך לקדש את גופו, אלץ האט ער געהאט א טילטול הדרך כבידה.

און מחנך זיין קינדער וויזוי דער דעטרויט רב האט געגליסט און אזא פארפרעמדעטע שטארק מאדערענע סביבה פאר די קינדער, איז אויך נישט געווען גרינג (מילד גערעדט) און אויף דעם פלאץ האט דער רב האט אריינגעלייגט א חינוך הבנים והבנות אן קיין שום שיניום און אפּנייגונג כקיצו של יוד כפי מה שקיבל, אפי׳ דער רוח המקום איז געווען אנדערש פון איין עק צום צווייטן.

דער סענדרא דעטרויטער רב איז געווען א מהות רוחני פון א העכערע געשטאלט, א חסיד המתחסד עם קונו, א ירא שמים מרבים א מענטש מיט א געוואלדיגן השתוקקת צום בוכ״ע א מהות מלא רגש ומלא רחמים רך הלבב לזולתו.

א שקדן בתורה יום ולילה א מתמיד עצום וואס האט געטראסקעט און געפּילעוועט אין די תורה הקדושה מיט א התמדה עצומה, מסיים געווען ש״ס מיט זיינע ״דיטרויטער״ חברתות פעמים רבות, שפתותיו הק׳ האבן שטענדיג געמורמעלט פרקים משניות אפי׳ נישט זיצענדיג ביי די גרויסע גמרא ביים סטענדער בחצר ביתו עלי דשא.

זיין חסידות ופרישות מהבלי עולם הזה איז נישט געווען מיט א ביטערקייט אדער דורך לאזן וויסן יעדן איינעם דערפון, נאר מיטן זעלבן חן ושמחה וואס ער האט געהאט צו א דבר מצוה מיט דעם זעלבן חשק און שמייכל האט ער ממאס געווען הבלים....

אויסער זיין התנהגות בקדושה עילאה, און זיין עבודת הק׳ איז ער געווען א געוואלדיגער בעל כשרון און גאר א גערוטענער מהות א איש חכם ופּיקח, ער האט געהאט א געוואלדיגע כח השפעה וכח המושך ווי יעדער ארום אים איז צוגעצויגן געווארן מיט זיין מאגנאטישן כח פון אהבת הבריות, א שמחה וחן איז אייביג געווען שורה על פניו מיט א ווארימע ליבליכען ענוות חן שמייכל צו יעדן איד.

דאס צוגאנג צו קיום המצות איז געווען מיטן גרעסטן מאס שמחה, חשק, און אויסערגעווענדליכע התלהבות מיט אזא ברען אז דער גאנצער מציאות ארום אים איז מיטגעשלעפט געווארן מיט זיין פלאם ווי א לעקטערזירונג... אזוי האט ער אריינלייגט און אריינגעפלאנצן בכל הסובבים א געוואלדיגע ליבשאפט צו א דבר מצוה אדער סיי וועלכע דבר יהדות.

ווער רעד נאך פון די מצות החביבות אצל כל יהודי ווי א מצות באקן, קלויבן אן אתרוג, מצות סוכה, און בכלל א יו״ט במחיצתו איז געווען א עולם הבא ממש שפירענדיג און טאפּענדיג אין די לופט די שכינה וואס האט דאן געריהט אין זיין געגענווארג עס האט אטאמאטיש געהויבן דעם מוט צו טון דעם רצון ה׳ מיט א שמחה אין חיות.

א דאווענען ביים עמוד איז געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות הנפש כבן המתחנן לפני אביו, יעדעס ווארט מיט א טעם העליון וואס האט זיך צעגאסן אין אלע איברים הפנמיים וואס האט מעורר געווען לב השומעים, דאס תהילים זאגן יעדן טאג פאר מנחה איז אויך געווען מיט א געוואלדיגע השתפכות ווי מען האט געקענט הערן די בקשות אין אידיש לפני בוכ״ע.

די סיפורי מעשיות פון די הייליגע צדיקים בעש״ט הק׳ ותלמידיו וואס פלעגן ארויסקומען פון זיין מויל איז געווען מיט א בּרען א קאך אין די עובדות והנהגות פון די צדיקי אמת.

אזוי מיט די צייט ווי די ״דעטרויטער אידן״ האבן צוגעזען אזא מהות של צדיק א שפל ברך א פשטן האט זיך ארומגרופּירט א ציבור ״אמאליגע קאלטע אידן״ און האבן זיך אויך אונטער געגארטעלט זיך צו פירן בחמימת צו אידישקייט, און זענען צוגעקלעבּט געווארן צו אים באותת אהבה און אים צוגעשטאנען לידיו מיט יעדע זאך.

דער דעטרויטער רב איז געווען מפורסם מיט זיינע ברכות שעשתה רושם, כמה וכמה עובדות וסיפורים ווערן פארציילט ווי אידן דארט אין דיטרויט זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע תפילות און ברכות. מרן מסאטמאר האט אים אמאל געזאגט אז ער גיבט אים א כח לברך את ישראל, ובמיוחד לזיוויגם, וואס דארט האט מען טאקע געזעהן גאר וואונדערליכע זאכן, און יודן וואס גייען נאך אלץ מתפלל זיין במקום מנוחתו איבער זיוויגם פארציילן גוטע מעשיות...

א שיינער דור רבנים ומרביצי תורה איז דא אלס אן עדות לקורות חייו הק׳ שהקים שם באחד הערים הזרים באמעריקא.

הצדיק מדעטרויט רבי יצחק צבי דייטש בעל שיח יצחק לומד עם קטן מדטרוט
הצדיק מדעטרויט רבי יצחק צבי דייטש בעל שיח יצחק לערנט מיט א קינד אין דעטרויט

פטירה

נסתלק ביום ד׳ אב שנת תשמ״ז - ונטמן בחלקת הרבנים בקרית יואל

רבי יצחק צבי דייטש אבד"ק סענדרא דעטרויט בעל שיח יצחק
מצבה פון רבי יצחק צבי דייטש

קינדער


איידעמער:

ספרים

  • שיח יצחק על התורה וש"ס ב' כרכים

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!