משה מארגארעטן
משה שלמה מאַרגאַרעטן (געבוירן תשמ"א) איז אַן אַמעריקאַנער חסידישער עסקן, שתדלן פאר פדיון שבויים, גרינדער און פירער פון צדק אסאסיאציע באקאנט פאר'ן העלפן דורכפירן א טורמע רעפאָרם געזעץ (פירסט סטעפ אקט (ענ')) אין אמעריקע צו פארקירצן די טערמינען פאר ווייסע קאָלנער פארברעכער. משה און די צדק ארגאניזאציע האבן געהאלפן שאפן פרעזידענטליכע פּאַרדאָנען פאר עטליכע אידישע ארעסטאנטן, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין.
מארגארעטן ביי דער ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע, מיט פרעזידענט דאנאלד טראמפ | |
געבורט | 1981 (יארגאנג: 43 בערך) |
---|---|
מדינה | פאראייניגטע שטאטן |
וואוינארט | וויליאמסבורג |
פעילות בולטת | פדיון שבויים |
באקאנט צוליב | דורכפירן טורמע רעפארמען, באפרייען אידן פון טורמע, וואוילטעטיגע הומאניטארישע הילף איבער די וועלט |
משה און צדק האבן באקומען ברייטע פּרעסע דעקונג פאר זייערע טעטיגקייטן ארויסצוראטעווען געשטראנדעטע אפגאנער נאך וואס אמעריקאנע קרעפטן האבן זיך ארויסגעצויגן פון אפגאניסטאן אין 2021. אין 2023 האט צדק ביישטייערט איבער 30 אמבולאנסן פאר אוקראינע, ארויסצוהעלפן מיט די הומאניטארישע קריזיס געשאפן דורך רוסלאנד'ס אינוואדירן דאס לאנד. אין 2023 האט מארגערעטן מאסן-אויפגעטריבן איבער 7 מיליאן דאלער צו לאביאירן א געזעץ אין אמעריקע וואס זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו דעקן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען.
ביאגראפיע
משה איז געבוירן אין 1981 צו שמואל יצחק מארגארעטן און איז אויפגעוואקסן אין שיכון סקווירא אין ראמאפא וואו ער האָט געלערנט אין די סקווערע מוסדות. ווען ער איז געווען 14 יאָר האט זיין משפּחה זיך געצויגן פאר אַ צייט קיין ארץ ישראל, און משה האָט געלערנט אין דער טשערנאָבילער ישיבה אין בני ברק. אין 2001 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. פריער האָט ער געלערנט[אויסקלארונג פארלאנגט] אין דער גערער ישיבה אין בארא פארק.
ער האָט געהייראַט א טאכטער פון יעקב יוסף ניישלאס, משב"ק פון רבי יעקב יחזקיה גרינוואלד, דער פּאָפּער רבי, און וואוינט זינט דאן אין וויליאמסבורג.
אין 2019 האט מארגארעטן געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן איינלאדונג פון דאן-פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן[1]. מארגארעטן איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז[2]. אין אפריל 2022 האט מארגארעטן ערהאלטן די 'מעדאל פון העלדישקייט' פון די שמעון וויזענטאל צענטער פאר זיינע הומאניטארישע לייסטונגען אין אפגאניסטאן און אוקראינע[3]. אין מאי 2022 איז מארגארעטן באערט געווארן ביי די אידישע אמעריקאנע העריטעדזש מאנאט פייערונג אין קאנגרעס[4].
צדק אסאסיאציע
פדיון שבויים
מארגארעטן דערציילט אז זייענדיג א קינד אין חדר איז ער געווען באפריינדעט מיט אנדערע קינדער וועמענס עלטערן זענען געזעצן אין טורמע פאר ווייסע קאלנער קרימינאליטעטן. ער האט שפעטער אנגעהויבן גיין באזוכן אידן אין טורמע, און האט באשלאסן צו ארבעטן דורכצופירן א געזעץ אין וואשינגטאן וואס זאל פארלייכטערן פאר אזעלכע פארברעכער ארויסצוגיין פריער פון טורמע[5].
אין 2018 האט ער געגרינדעט אַן אפיציעלע אָרגאַניזאַציע – 'צדק אסאָסיאַציע'[6], וועלכע באשעפטיגט זיך הויפטזעכליך מיט שתדלנות ביים אמעריקאנער קאנגרעס און פדיון שבויים. די ארגאניזאציע צילט צו רעפארמירן דעם פראצעדור פון געריכט, אז דער סיסטעם זאל נישט צוטיילן אזעלכע הארבע שטראפן פאר ווייסע-קאלנער פארברעכנס, און אויך פאר פאר'משפט'ע ארעסטאנטן צו קענען ווערן באפרייט פריער דורך גוטע אויפפירונג אדער צוליב עלטערע יארגאנג. ביי די קאוויד-19 פאנדעמיע האט צדק לאביאירט פאר די באפרייאונג פון ארעסטאנטן אין געפאר פון די ווירוס, מיט'ן אדורכשטיפן די "CARES אקט" געזעץ (ענ'), און אויך געשאפן וויכטיגע מעדיצינישע געצייג פאר שפיטעלער וואו עס האט געמאנגלט[7].
מיט זייערע פארבינדונגען צום ווייסן הויז האבן מארגארעטן און די אנדערע עסקנים פון צדק אויך געהאלפן אויס'פועל'ן עטליכע פּרעזידענטליכע באגנאדיגונגען דורך דאנאלד טראמפ, פאר אידישע ארעסטאנטן וואס האבן באקומען אומ'יושר'דיגע טערמינען, צווישן זיי שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס[8]. אויך האט מארגארעטן'ס ארגאניזאציע געברענגט די באפרייאונג פון מרדכי יצחק סאַמעט, דורך שתדלנות ער זאל אויך קענען געניסן פון די רעפארמען טראץ וואס ער איז נישט קיין אמעריקאנער בירגער[9].
אין טבת תשפ"ב האט צדק אויפגעטריבן געלט צו גרינדען א סופערפעק - "צדקפעק", דערמיט אנצוהאלטן אירע טעטיגקייטן דורך שטיצן פאליטישע קאמפיינס[10]. די סופערפעק האט לאביאירט צו גענצליך אימפלעמענטירן די טורמע רעפארם געזעץ, און אויסגעפירט אז ארעסטאנטן באפרייט צוליב קאוויד-19 ווערן נישט צוריקגעפירט אין טורמע[11].
אין אייר תשפ"ד איז ער געווען פארמישט אין ראטעווען א איד פון איראן פון באקומען טויט שטראף פאר'ן הרג'ענען א גוי פאר זעלבסטשוץ. צווישן אנדערע האט ער זיך געטראפן דערוועגן מיט סענאטארשע קריסטען דזשיליבראנד פון ניו יארק אינעם הויז פונעם אידישן פילאנטראפ אלעקס ראָווט[12].
הומאניטארישע צוועקן
אין 2021 איז מאַרגאַרעטן געוואָרן באַרימט נאָכדעם וואס ער און די 'צדק' אָרגאַניזאַציע האָבן געאַרבעט צו ראַטעווען אַפגאַנער בירגער, פרויען און קינדער וועלכע זענען געווען באדראעט נאך וואס די פאראייניגטע שטאַטן האט ארויסגעצויגן אירע קרעפטן פון דארט, און די טאַליבאַן האט איבערגענומען די מאכט[13][14]. ער האט געארבעט מיט'ן ווייסן הויז און אנדערע פעדעראלע אגענטורן צו שאפן פאפירן פאר די פליטים[15]. צווישן די געראטעוועטע איז געווען זבולון סימן טוב, אנגעבליך דער לעצטער איד פון אפגאניסטאן[16]. נעבראסקא קאנגרעסמאן דאן בעקאן האט געגעבן א רעדע אינעם הויז פון רעפרעזענטיוון אויסלויבנדיג צדק'ס אקטיוויטעטן אין אפגאניסטאן[17].
ביי די רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע אין 2021–2 האט צדק אויפגעטריבן געלט און אפגעשיקט איבער 30 אמבולאנסן קיין אוקראינע, צו עוואקואירן עלטערע און שוואכע. אין דעצעמבער 14 2021 איז מאַרגאַרעטן געלאדנט געווארן זיך צו טרעפן מיט'ן אוקראינער פרעזידענט וולאדימיר זעלענסקי, וואו דער פרעזידענט האט זיך באדאנקט פאר אים[18].
אינשורענס פאר אינפערטיליטי באהאנדלונגען
אום סיון תשפ"ג האט צדק אויפגעטריבן 7 מיליאן דאללער אין אַן אנליין קאַמפּיין[19] צו לאביאירן פאר א מעדיצינישע רעפארם געזעץ וועלכע זאל צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן די קאסטן פון אינפערטיליטי באהאנדלונגען[20]. צדק האט דאן אפגעהאלטן צוויי אוונטן מיט די אויפטרייבער, איינס מיט רעפובליקאנער סענאטארן ראדזשער מארשאל, און טעד קרוז[21], און די אנדערע מיט דעמאקראטישע סענאטארן ריטשארד בלומענטאל און קארי בוקער.
אין אלול תשפ"ג האט מארגארעטן זיך געטראפן מיט קעווין מעקארטי וואס איז געקומען צו מאנטיסעלא, סאליוואן קאונטי[22].
אום סיון תשפ"ד איז צום ערשטן מאל אויפגעברענגט געווארן אין אמעריקאנער קאנגרעס, אן אומפארטייאישער ביל צו צווינגען אינשורענס פירמעס צו באצאלן פערטיליטי קאסטן[23]. אין די זעלבע צייט האט צדק געמאלדן פאר זייערע שטיצער איבער דעם גרינגונג פון א נאציאנאלע ארגאניזאציע גערופן "אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף", מיט'ן ציל צו מאכן פערטיליטי מער צוגענגליך, און אוועקצושטופן די קעגנערשאפט צו די סארט באהאנדלונגען[24].
צו ליינען מער
- שמעון ראלניצקי, "מציל ומשה", דער גלאק 8, תמוז תשפ"ב
- tzedekassociation
.org /media
דרויסנדיגע לינקס
- אפיציעלע וועבזייטל פון צדק
- צדק אסאסיאציע, אויף X
- רבי משה מארגארעטן, אויף LinkedIn
- אפיציעלע וועבזייטל פון צדק'ס סופערפעק
- Lobbying Arrangements for Tzedek Or Margareten אויף ProPublica
- Client Profile: Margareten, Moshe אויף OpenSecrets
- "ר' משה מארגארעטן - צדק ארגאניזאציע", אשכול אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ צינדן די מנורה, סעלעברירן חנוכה אין ווייסן הויז, ווייסע הויז היסטאריע וועבזייטל;
משה מארגארעטן צינדט די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה מסיבה אויף יוטיוב - ↑ לראשונה: חסיד ידליק החנוכיה באירוע השנתי של הבית הלבן, אויף COL
- ↑ 2022 באערונגען, שמעון וויזענטאל צענטער וועבזייטל
- ↑ Judy Berger, Congress Celebrates Jewish-American Heritage Month, אויף JewishLink, May 26, 2022; Jewish American Heritage Month Celebration - 2022, די פריעדלאנדער גרופע
- ↑ Reuvain Borchardt, The Long Journey to Prison Reform, אויף Hamodia, נאוועמבער 3, 2018; Walter Pavlo, Tzedek Association Worked The Halls Of Congress To Push First Step Act Into Law, אויף forbes.com, Dec 21, 2022
- ↑ צדק אסאסיאציע פראפיל, datanyze.com
- ↑ "איבער צדק" אויף איר וועבזייטל
- ↑ קול מבשר, נייעס איבער באפרייאונג פון שלום ווייס
- ↑ מענדיל ראטשילד, עסקן פון צדק, אינטערוויו אויף אידיש24
- ↑ "נייע סופער-פעק ווערט געגרינדעט דורך די צדק ארגאניזאציע", אשכול אויף אייוועלט; משה מארגארעטן אויף אידיש24.
- ↑ קאמפיין ווידעא פון צדק
- ↑ https://twitter.com/TheBelaaz/status/1791543337113047221
- ↑ אפגאניסטאן: דער ניו יארקער ראביי עוואקואירט פארצווייפלטע אפגאנער אויף BBC
- ↑ ברוקלינער ראביי פינאנצירט די אפגאנער פליטים רעטונג מיסיעס אויף ניו יארק פאסט
- ↑ Pete DeMola, Tears, joy as Albany mom reunites with kids who fled Afghanistan, אויף Times Union, אוגוסט 30, 2021
- ↑ חסדי השם: לעצט פארבליבענער איד פון אפגאניסטאן זבולון סימן-טוב ארויסגעראטעוועט אין אן אקציע דורך 'צדק אסאוסיעישאן', אויף אידיש24.
- ↑ Rep. Don Bacon, A Rabbi's inspiring story of rescuing those left behind in Afghanistan, אויף The Washington Times, אקטאבער 2, 2021
- ↑ Reuvain Borchardt, Zelensky Meets With, Thanks Moshe Margaretten of Tzedek for Humanitarian Work, אויף Hamodia, נאוועמבער 4, 2022
- ↑ "צדק - 'מהפיכה לדורות' קאמפיין - א'-ב' נשא (א') תשפ"ג", אשכול אויף אייוועלט; קאמפיין בלאט אויף dryveup.com.
- ↑ "מעדיקל רעפארם ביל", אשכול אויף אייוועלט; אינטערוויא מיט מארגארעטן אויף אידיש24; קאמפיין ווידעא פון צדק אויף dryveup.com.
- ↑ Historic Tzedek Event Attended by U.S. Senators and Leading Figures, ווידעא
- ↑ Jon Levine, Kevin McCarthy courts upstate New York Orthodox Jews in bid to save House majority, אויף New York Post, סעפטעמבער 9, 2023
- ↑ HOPE with Fertility Services Act - Bill Text.pdf
- ↑ אפיציעלע וועבזייטל פון אמעריקאנער פאר איי-ווי-עף