דרעפט:רבי אליעזר צבי טויב

ווערסיע פון 09:08, 10 יולי 2024 דורך לערנט (שמועס | ביישטייערונגען) (א דרעפט אויף קאלובער רב, א מקרב רחוקים זייער באקאנט.)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

הרב אליעזר צבי טויב איז דער קאלובער רב אין ארץ ישראל און דער עלסטער זון פון רבי משה טויב קאלובער רבי. ער איז באקאנט מיט זיינע אקטיוויטעטן אין קירוב רחוקים.[1][2][3][4]. ער האט לענגערע יארן געדינט אלס א מגיד שיעור אין ישיבת תולדות אברהם יצחק אין ירושלים.

הרב טויב בפעילות קירוב
1653565912334 בית שאן.jpg

ביאגראפיע

הרב אליעזר צבי איז געבוירן אין שטאט לאנדאן צו זיין טאטע רבי משה טויב און צו זיין מאמע יוכבד, בת רבי לוי יצחק קליגהויפט פון סטרעליסק לאנדאן, אן אייניקל פון רבי אורי פון סטרעליסק. ביים ברית איז ער גערופן געווארן מיטן נאמען 'אליעזר צבי' נאך זיין זיידן רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא. ער האט געלערנט אין תלמוד תורה 'מתיבתא' און שפעטער אין ישיבה קטנה 'סאטמאר' אין לאנדאן. אין יאר תשל"א זייענדיג 8 יאר איז ער געפארן קיין אמעריקע צו זיין זיידע דער אלטער קאלובער רבי רבי מנחם שלמה טויב און ער האט דארטן געוויילט פאר א גאנצע יאר, און אריינגעזאפט יראת שמים פונעם גרויסן זיידן. אלס בחור איז ער געשלאפן מיטן זיידן אין צימער און אים באדינט[5]. אין יאר תשל"ח ווען דער קאלובער רבי איז אוועק איז זיין טאטע מיט די פאמיליע זיך אריבערגעצויגן קיין אמעריקע און זיך אוועק געזעצט אין וויליאמסבורג, וואו דער טאטע האט אנגעפירט די בית מדרש אויף יוז סטריט. רבי אליעזר צבי איז אריין לערנען אין די שערי יושר ישיבה וואו ער האט גענאסן א קרבה יתירה ביים ראש ישיבה רבי אברהם יוסף ראזענבלום, שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבה 'ישרש יעקב' ביי רבי יצחק לעבאוויטש וואדריטש'ער רב. ער האט זיך אסאך געדרייט ביים סאטמאר רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, ער פלעגט קומען הערן די 'שובבי"ם תורות' נאך אלס יונגע בחור'ל, צוזאמען מיט זיין טאטע. אזוי אויך איז ער געפארן קיין קריית יואל אויף דעם לעצן שבועות בחייו פונעם רבי'ן. אזוי האט ער זיך אויך געדרייט ביי רבי מעכיל לעבאוויטש פון ניקלשבורג, און זיך באטיילוגט ביי זיינע חבורות.

ט"ו אב האט ער חתונה געהאט מיט מירל בריינא פערל, עלסטע טאכטער פון רבי שמואל יעקב קאהן, דעמאלס דער עלסטער זון פון רבי אברהם יצחק קאהן פון תולדות אהרן. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין כולל שומרי החומות און שפעטער ביים כולל פון רבי חיים ברים.

ער האט געלערנט הוראה ביי רבי מאיר בראנדסדארפער חבר הבד"ץ פון די עדה החרדית און רב פון תולדות אברהם יצחק. אין יאר תשס"א ווען עס האט זיך געגרינדעט ישיבת תולדות אברהם יצחק איז ער אופגענומען אלס א מגיד שיעור עיון אין ישיבה[6], ער האט דארטן געדונט ביז שנת תשע"ח. ער האט געלערנט קבלה מיט רבי אברהם יוראוויטש א תולדות אהרן חסיד. אין יאר תשס"א האט ער ארויסגעגעבן דעם ספר הקדוש 'עת רצון' פון זיין זיידן רבי משה טויב פון קאלוב[7]. אין יאר תשס"ה איז געבויט געווארן די בית מדרש 'עת רצון' קאלוב אין די גבעה A געגנט אין שטאט ביתר עילית[8] און אין יאר תשע"ג האט אים זיין טאטע מכתיר געווען אלס רב פון די בית מדרש, אין יאר תשע"ו האט ער זיך אריבערגעצויגן פון ירושלים קיין ביתר.

אין יאר תשע"ד ווען זיין טאטע איז ליידער קראנק געווארן געווארן מיט א מחלה וואס האט אים פאראליזירט, און ער קען נאר רירן די שווארצאפלען. האט ער זיך אריינגעלייגט אין די פעלד פון קירוב רחוקיםמשה ויסברג, האדמו"ר משותק, בניו ממשיכים את דרכו בחייו, אויף כיכר השבת}} אינערהאלב די 'אור עולם' ארגאנעזאציע[9] (פארדעם האט געהייסן: 'אור לתפוצות')[10][11] און ער רעכטאפ מסעות חיזוק[12], ער איז מקפיד נישט צו נעמען קיין געלט אויף זיין ארבעט[13].

די קאלובער בית מדרש ערהאלט אין זיך א בית מדרש, שטיבלעך, א מקווה טהרה, א כולל און חבורות פאר יונגעלייט און בחורים[14][15]

פאמיליע

זון

  • הרב מנחם שלמה, ראש כולל 'עמודי הוראה' קאלוב, אין ראש כולל ביאלא אין בני ברק, ער איז חתונה געהאט צו טאבע טאכטער פון הרב יעקב מנחם ראבינאוויטש פון ביאלא בני ברק.
  • אברהם יצחק פון מאנסי, חתונה געהאט צו שרה טאכטער פון הרב אברהם יחזקאל פריעדמאן א מקובל און קאמאדא רב פון מאנסי.

טעכטער

דרויסנדיגע לינקס

 
קאלובער בית מדרש אין ביתר