רבי משה טויב

ווערסיע פון 08:42, 21 מאי 2024 דורך תכלית (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט ''''רבי משה טויב''' איז דער היינטיגער קאלוב'ער רבי. == ביאגראפייע == ער איז געבוירן אין נולד במיהאיפאלווא {{אנ|Valea lui Mihai}} אין ראמענייע צו רבי מנחם שלמה טויב אין ריזל טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דער לינסק'ער רבי, א אייניקל פון צדיקי ב...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משה טויב איז דער היינטיגער קאלוב'ער רבי.

ביאגראפייע

ער איז געבוירן אין נולד במיהאיפאלווא (ענ') אין ראמענייע צו רבי מנחם שלמה טויב אין ריזל טאכטער פון רבי ישכר דוב רוקח דער לינסק'ער רבי, א אייניקל פון צדיקי בית בעלזא אין ראפשיץ.

ביים תקופה פון דעם וועלטס קרוג האט ער זיך אריבער געצויגען מיט זיין טאטע קיין אמעריקע. דארטן האבן זיי זיך אוועק געזעצט אין דעם איסט סייד געייגענט, ער איז אריין לערנען אינעם ליובאוויטש'ער תלמוד תורה און שפעטער ביים קלויזענבורג'ער ישיבה ביי רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם מצאנז קלויזענבורג. ווען ער איז האלט געווען זעכצין יאהר איז ער ארויף געפארן לערנען אין ארץ ישראל ביים בעלזא'ער ישיבה וואס איז געווען בנשיאות רבי אהרן רוקח מבעלזא. אין דעייע יאהרן האט ער גענאסען א קרבה יתירה ביים בעלזער רב וואס האט איהם מחשיב געווען, זייענדיג מקרב את קרוביו, אלס א בעלזער אייניקל. נאך צוויי יאהר לערנען האט ער זיך צוריק געקערט קיין אמעריקע און ער איז אריין לערנען אינעם בארימטן "בית מדרש עליון" ישיבה און מאנסי. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיטן רעבעצן יוכבד טאכטער פון רבי לוי יצחק קלוגהויפט מסטרעליסק לאנדאן, נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן לעבן זיין שווער, ער האט געהארוועט אין לערנען אינעם בארימטן כולל פון רבי שלום שניצלער, דער טשאבא'ער רב פון לאנדאן, א זוהן פון רבי שרגא שמואל. דער רבי איז געווען א מעריץ גדול פווןנעם סאטמאר'ן רב, ער פלגעט זיך מסתופף זיין בצילו, בפרט ביים שובבי"ם תורות אין נאך פארשידענע צייטן. אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע קירבה ביים קלויזענבורג'ער רב.

אדמו"רות

נאך זיין טאטען'ס הסתלקות ביום ד' שבט ה'תשל"ח, איז ער אויף גענומען געווארן אלס ממלא מקום אביו, און פירט אן זיין בית מדרש אין וויליאמסבורג. ער האט אויף געשטעלט שטיבלעך אין בארא פארק, מאנסי און אין ארץ ישראל, אין שטאט ביתר עילית. דער קאלוב'ער רבי איז ברייט בייקאנט מיט זיין געוואלדיגע לייסטונגען און פעלד פון קירוב רחוקים, ער איז אלע יאהרן, אנגעויהבן פון פערציג יאהר, ארום געפארן אין ווייטערע שטעט איבערן גאנצען וועלט און מקרב געווען יודישע ערצער לאביהם שבשמים, איבערהויפט פלעגט ער פאדערן פון דו שוואכע יודען זיך אונטערצונעמען קבלות טובות אין יודישקייט. במסגרת דו פעילות האט ער אויף געשטעלט א קירוב ארגענעזיישען מיטן נאמען "חסד לישראל" וואס איז שפעטער געטאשט געווארן אויפן נאמען "אור עולם". דער רבי שטייט אין שפיץ פון דו ארגענעזיישען, וואס ערהאלט אין זיך צענדליגע ארבעטער אין אמעריקע און אין ארץ ישראל, אלעס צו אויף טוהן פאר יודישקייט.

אין יאהר תשע"ד איז ער ליידער קראנק געווארן מיט א מחלה וואס ביז היינט ליידט ער דערוועגן און ער קען שרייבן נאר מיט דו אויגן[1].

צאצאיו

‏בניו

טעכטער אין איידעם'ער

  • חנה מרים, פרוי פון לרבי דוד האגער וויזשניץ'ער רבי פון לאנדאן.
  • יענטא פריידא, פרוי פון רבי אשר מרדכי ראזענבוים, מאשאלו'ער רבי.
  • שפרה פיגא, פרוי פון רבי מנחם נחום טווערסקי, ראחמיסטריווקא רבי פון אוקוויין.
  • דינה חיה, פרוי פון רבי שאול יחזקאל פריעדמאן, רב דקהל שמן למנחה נאדפאלא אין לעייקוואד, זוהן פון רבי חיים אלעזר פריעדמאן גאב"ד טענקא.
  • הינדא טשיפא, פרוי פון רבי יעקב מאסקאוויטש אב"ד אור תורה ותורת חמ"ד נייטרא וראש ישיבה קטנה נייטרא אין וויליאמסבורג זוהן פון רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש.
  • מלכה רעכיל, פרוי פון רבי אלכסנדר סענדער אשכנזי אב"דקאריץ, זוהן פון רבי חנוך דוב הארדענקא רבי פון פלעטבוש.
  • זיסל אסתר, פרוי פון רבי אלעזר יונה גינזבערג סוואליווע רב אין וויליאמסבורג, זוהן פון רבי משולם פייש חוסט'ער רבי אין בארא פארק.

קישורים חיצוניים