פרשת בהר

ניינטע פרשה פון ספר ויקרא

פרשת בְּהַר (אדער בְּהַר סִינַי) איז די ניינטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 32'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ה, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ו, פסוק ב', לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 57 פסוקים און זיבן פרשיות - איין פתוחה און זעקס סתומות.

Arrow r.svg בהר Arrow l.svg
פסוקים ויקרא כה, א - כו, ב
צאל פסוקים 57 (50'סטע)
צאל ווערטער 737 (50'סטע)
צאל אותיות 2817 (50'סטע)
אינהאלט שמיטה און יובל; דינים פון פעלדער און דינים פון מקח וממכר און בין אדם לחבירו; איסורים פון פסל, מצבה, און אבן משכית
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (7)  לא תעשה (17)
ציילן שבע שבתות שנים, בלאזן שופר און באפרייען אידישע קנעכy אום יום כיפור פונעם יובל יאר, הייליגן דעם יובל-יאר דורך נישט באארבעטן ערד, פסק'ען לויט דיני מקח וממכר, באפרייען פעלדער אום יובל, אויסלייזן בתי ערי חומה ביז א יאר, פארקנעכטן אן עבד כנעני אויף שטענדיג באארבעטן ערד אום שמיטה, באארבעטן ביימער אום שמיטה, שניידן ספיחים אום שמיטה, איינזאמלען פרוכט אום שמיטה, באארבעטן ערד אום יובל, באארבעטן ביימער אום יובל, שניידן ספיחים אום יובל, איינזאמלען פרוכט אום יובל, אויסנארן ביים האנדלען, טשעפען מיט רייד, פארקויפן א פעלד אין ארץ ישראל אויף שטענדיג, טוישן די סטאטוס פון ערי הלויים, פארבארגן פאר א איד אויף ריבית, מאכן אן עבד עברי ארבעטן נידריגע ארבעט, פארקויפן אן עבד עברי אויפ'ן קנעכט-מארק, נישט מאכן אן עבד עברי ארבעטן שווער, צולאזן א גוי פייניגן אן עבד עברי, זיך בוקן אויף אן אבן משכית
הפטורה
ספרדים און רוב אשכנזים ירמיהו לב, ו–כז
חב"ד און פאזנע ירמיהו לב, ו–כב
תימנים איטאליענער ירמיהו טז, יט - יז, יד
א טאוול ביי א פעלד פראקלאמירט: "דא היט מען שמיטה!"

אין דער פרשה ווערן אויסגערעכנט די דינים פון שמיטה און יובל; דער איסור פון הונאה - אויסנארן, אונאת דברים - טשעפען מיט רייד, דינים פון אויסלייזן קרקעות; דער איסור פון ריבית; דינים פון קנעכט; דער איסור פון אבן משכית.

פרשת בהר ווערט געליינט צווישן די דאטומען י"ב און כ"ז אייר (אין חו"ל). אין פשוט'ע יארן (אויסער הכז יארן אין א"י) ווערט בהר געליינט אינאיינעם מיט פרשת בחוקותי[א]. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון בהר און בחוקותי 135 פסוקים.

פרשה אינהאלט

אין דער פרשה ווערן אויסגערעכנט א רייע דינים, מערסטנס אנבאלאנגט עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן, ווי פאלגענד:

  • צוערשט ווערן אויסגערעכנט די הלכות פון שמיטה און יובל, די איסור צו טון דאן פעלד-ארבעט, און די די מצוה צו באפרייען אידישע קנעכט אום יובל.
  • דינים פון קויפן און פארקויפן, נישט אויסצונארן א איד און נישט טשעפען מיט רייד
  • די דינים פון גאולת קרקע - ווען מען קען אויסלייזן פעלדער אין פארשידענע סארט שטעט
  • וויאזוי צו באהאנדלען אידישע און גוי'אישע קנעכט
  • די איסורים צו מאכן א געשטאלט, מצבה, און זיך בוקן אויף אן אבן משכית

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] זענען פארהאן 24 מצוות אין דער פרשה:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 לאו נישט באארבעטן ערד אום שמיטה וּבַשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת וגו' שָׂדְךָ לֹא תִזְרָע (כה, ד) ניין (מה"ת)[2] יעדער
2 לאו נישט באארבעטן ביימער אום שמיטה ...וְכַרְמְךָ לֹא תִזְמֹר (כה, ד) ניין יעדער
3 לאו נישט שניידן "ספיחים" - ווידער־וואקסנדע תבואה אום שמיטה אֵת סְפִיחַ קְצִירְךָ לֹא תִקְצוֹר (כה, ה) ניין יעדער
4 לאו נישט איינזאמלען פרוכט אום שמיטה וְאֶת עִנְּבֵי נְזִירֶךָ לֹא תִבְצֹר (כה, ה) ניין יעדער
5 עשה ציילן זיבן מאל זיבן יאר צו יובל וְסָפַרְתָּ לְךָ שֶׁבַע שַׁבְּתֹת שָׁנִים שֶׁבַע שָׁנִים שֶׁבַע פְּעָמִים (כה, ח) ניין בית דין הגדול
6 עשה בלאזן שופר אום יום כיפור פון א יובל יאר וְהַעֲבַרְתָּ שׁוֹפַר תְּרוּעָה וגו' בְּיוֹם הַכִּפֻּרִים תַּעֲבִירוּ שׁוֹפָר וגו' וּקְרָאתֶם דְּרוֹר וגו' (כה, ט–י) ניין בית דין הגדול
7 עשה הייליגן דעם יובל יאר (ווי שמיטה) וְקִדַּשְׁתֶּם אֵת שְׁנַת הַחֲמִשִּׁים שָׁנָה (כה, י) ניין יעדער
8 לאו נישט באארבעטן די ערד אום יובל לֹא תִזְרָעוּ (כה, יא) ניין יעדער
9 לאו נישט שניידן "ספיחים" אום יובל וְלֹא תִקְצְרוּ אֶת סְפִיחֶיהָ (כה, יא) ניין יעדער
10 לאו נישט איינזאמלען פרוכט אום יובל וְלֹא תִבְצְרוּ אֶת נְזִרֶיהָ (כה, יא) ניין יעדער
11 עשה פסק'ענען לויט דינים פון מקח וממכר וְכִי תִמְכְּרוּ מִמְכָּר לַעֲמִיתֶךָ וגו' (כה, יד) יא יעדער
12 לאו נישט אויסנארן א איד ביים האנדלען וְכִי תִמְכְּרוּ וגו' אַל תּוֹנוּ אִישׁ אֶת אָחִיו (כה, יד) יא יעדער
13 לאו נישט טשעפען א צווייטן מיט רייד וְלֹא תוֹנוּ אִישׁ אֶת עֲמִיתוֹ (כה, יז) יא יעדער
14 לאו נישט פארקויפן א פעלד אין ארץ ישראל אויף שטענדיג וְהָאָרֶץ לֹא תִמָּכֵר לִצְמִתֻת (כה, כג) ניין יעדער
15 עשה צוריקקערן א פעלד צו איר אריגינעלער בעל הבית אום יובל וּבְכֹל אֶרֶץ אֲחֻזַּתְכֶם גְּאֻלָּה תִּתְּנוּ לָאָרֶץ (כה, כד) ניין יעדער
16 עשה אויסלייזן הייזער פון שטעט מיט א מויער ביז א יאר וְאִישׁ כִּי יִמְכֹּר בֵּית מוֹשַׁב עִיר חוֹמָה וְהָיְתָה גְּאֻלָּתוֹ עַד תֹּם שְׁנַת מִמְכָּרוֹ (כה, כט) ניין יעדער
17 לאו נישט טוישן די סטאטוס פון ערי הלויים וּשְׂדֵה מִגְרַשׁ עָרֵיהֶם לֹא יִמָּכֵר (כה, לד) ניין יעדער
18 לאו נישט פארבארגן אויף ריבית אֶת כַּסְפְּךָ לֹא תִתֵּן לוֹ בְּנֶשֶׁךְ וּבְמַרְבִּית לֹא תִתֵּן אָכְלֶךָ (כה, לז) יא יעדער
19 לאו נישט מאכן אן עבד עברי ארבעטן נידריגע ארבעט לֹא תַעֲבֹד בּוֹ עֲבֹדַת עָבֶד (כה, לט) ניין יעדער
20 לאו נישט פארקויפן אן עבד עברי אויפ'ן קנעכט-מארק לֹא יִמָּכְרוּ מִמְכֶּרֶת עָבֶד (כה, מב) ניין יעדער
21 לאו נישט מאכן אן עבד עברי ארבעטן שווערע ארבעט לֹא תִרְדֶּה בוֹ בְּפָרֶךְ ניין יעדער
22 עשה פארקנעכטן אן עבד כנעני אויף שטענדיג לְעֹלָם בָּהֶם תַּעֲבֹדוּ (כה, מו) יא יעדער
23 לאו נישט לאזן א גוי מאכן א אידישער קנעכט ארבעטן שווער לֹא יִרְדֶּנּוּ בְּפֶרֶךְ לְעֵינֶיךָ (כה, נג) ניין[3] יעדער
24 לאו זיך נישט בוקן אויף אן אבן משכית וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲו‍ֹת עָלֶיהָ (כו, א) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין ניין אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת בחוקותי:

באזונדער:

אין ארץ ישראל באזונדער, אין חוץ לארץ אינאיינעם:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת בהר איז אין ספר ירמיהו. רוב קהילות ליינען פון קאַפּיטל ל"ב, פסוק ו'; די ספרדים און רוב אשכנזים ענדיגן ביי קאַפּיטל ל"ב, פסוק כ"ז[4], אין די קהילות חב"ד און פאזנע ליינט מען ביז קאַפּיטל ל"ב, פסוק כ"ב. אינעם קאפיטל ווערט געשילדערט ווי ירמיהו ווערט באפוילן אין א נבואה צו אויסלייזן דעם פעלד פון חנמאל בן שלום, א מצוה וואס ווערט געברענגט אין אונזער פרשה. די תימנים און איטאליענער ליינען אין קאַפּיטל ט"ז, פסוק י"ט - קאַפּיטל י"ז, פסוק י"ד[5] (די הפטורה פון בחוקותי ביי די ספרדים און אשכנזים). ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל כ"ד, פסוקים ב'–כ"ג.

ווען די פרשה גייט אינאיינעם מיט בחוקותי (אין פשוט'ע יארן) נעמען מיר אן - ווי געווענליך ביי באהאפטענע סידרות, צו ליינען די הפטורה פונעם צווייטן[6].

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בהר", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.

רעפערענצן

  1. ספר החינוך, מצוות שכושמט.
  2. לויט ווי עס שטייט אין ספר החינוך; עס איז פארהאן א ברייטע מחלוקת צווישן די ראשונים און אחרונים דערוועגן, און אזוי ביי אלע דינים פון שמיטה.
  3. אקטועל ווען אידן האבן מאכט איבער'ן גוי.
  4. אבודרהם סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  5. רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
  6. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רפ"ד, סעיף ז'.



* בהר קאַטעגאָריע:אייר קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען