רוי:רבי שמואל דייטש

ווערסיע פון 15:40, 14 מאי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "קרעטשענעווער" ב־"קרעטשניפער")

רבי שמואל דייטש (נפטר י"ד סיון תשמ"ה) בעל ילקוט שמואל איז געווען דער פריערדיגער בוקארעשטער רבי אין בוקארעשט רומעניע. און נאך דעם צווייטן וועלט קריג איז רבי שמואל דייטש געקומען קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין בארא פארק, ברוקלין.

אפשטאם

רבי שמואל דייטש. איז געווען א זון פון רבי משה דייטש הי"ד, קרעטשניפער רב.

הרב משה דייטש הי"ד אבדק"ק קרעטשנוב[1] אין אבד בביהמ"ד מלבוש ערומים אין סיגוט איז געווען א זון אין ממלא מקום פון זיין גרויסע טאטע כ"ק הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש אבדק"ק קרעטשנוב בעל מחבר ספר נפש דוד על התורה,

הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש[1] איז געווען דער צוויטער רב אין קרעטשנוב, הגה"ק מוה"ר דוד נתן דייטש איז געווען די ממלא מקום פון זיין גרויסע טאטע כ"ק הגה"ק מוה"ר יוסף יואל דייטש בעל מחבר ספר שו"ת "יד יוסף",

רבי יוסף יואל דייטש[1] בעל מחבר שו"ת "יד יוסף" איז געווען מו"ץ אין שטאט טארנאפאל, אין איינעם מיט מנחת חינוך אין איז געווען רב אין מאנאסטריטש און חודרוב.[2] רבי יוסף יואל דייטש איז געווען דער ערשטער רב פון קרעטשענעוו.


דאס איז אין קורצן די דריי דורות בן אחר בן פון הרה"ק מוה"ר שמואל דייטש, און עס איז דא א ייחוס וואס גייט ביז דוד המלך ע"ה.

ביאגראפיע

רבי שמואל דייטש איז געווען א תלמיד מובהק פון הרב ישראל פריינד אב"ד הוניאד און ער האט זיך פאר אים פארהערט די הוראה.

רבי שמואל דייטש האט חתונה געהאט י"ז סיון תרפ"ח

רבנות

רבי שמואל דייטש איז געווען דער ערשטער בוקארעשטער רבי. ער איז געווארן רבי אין בוקארעשט בחייו פון זיין טאטע הרב משה דייטש הי"ד אב"ד פון קרעטשנוב און רב אין ביהמ"ד "מלביש ערומים" אין סיגוט און דערנאך און אמעריקא, האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען די עבודת הקדוש מיטן פירען די בואקרעשטער קהילה אויף דער 9טער עוועניו און 51סטער גאס אין בארא פארק.

פאמיליע

די קינדער פון רבי שמואל דייטש זענען ווי פאלגנד:

  1. חנה מאסקאוויטש ע"ה
  2. חי' מיראוויץ
  3. ממלא מקום רבי בנציון דייטש שליט"א אדמו"ר מבוקארעשט,
  4. רבי חיים יצחק דייטש ז"ל
  5. מנוחה גוטער ע"ה
  6. ברכה טווערסקי

הערות

הגה"ק מוה"ר משה דייטש הי"ד האט אויך איבערגעדריקט זיין טאטע'ס ספר, נפש דוד על התורה, הגהקו"ט מוה"ר משה דייטש הי"ד, אין זיין רעבעצין ע"ה איז שפעטער אוועק אין די קריג ווי זיי זענען אומגעברענגט געווארן אין אוישוויץ.


רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!