רוי:רבי יוסף ראזין

ווערסיע פון 14:41, 23 פעברואר 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "זיכרון" ב־"זכרון")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Rogatchover Gaon.jpg

הרב יוסף ראזין (ה'תרי"ח - י"א אדר ה'תרצ"ו), באקאנט אלס דער "ראגאַטשאווער גאון" אדער סתם דער "ראגאַטשאווער", איז געווען דער פארפאסער פון די ספרים צפנת פענח און רב פון די חסידים אין דענענבורג. ער איז געווען א קאפוסטער חסיד.

הרוגצובי יונגאט

ער איז באוואוסט פאר זיין אויסערגעוויינליכן פאטאגראפישן זכרון און טיפער דורכדרינגליכער פארשטאנד און גאונות, וואס זענען געווען א זעלטנהייט נישט נאר אין זיין דור נאר אויך אין די פריערדיגע דורות, און זענען ניט געזעהן געווארן ווידער זינט אים. שוין אין זיין לעבן איז ער אנערקענט געווארן אלס דער גרעסטער גאון פון דור, און ער איז היינט פאררעכנט אלס דער גרעסטער גאון פון דעם צוואנציגסטן יארהונדערט. זיין מערקעווערדיקע גאונות און בקיאות זאגן זיך אויס באשיינפירלעך אין זיינע ספרים. במשך דער צייט איז ער פארוואנדלט געווארן אין איינע פון די הויפט סימבאלן פון גאונות אין תורה.[1]

ביאגראפיע

יוסף ראזין איז געבוירן אין ראגאטשאוו, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלארוס) אין תרי"ח צו זיין פאטער אפרים פישל ראזין. ביי די אכט יאר איז ער שוין געווען באהאוונט אין גאנץ סדר נזיקין. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט איין יאר ביים בית הלוי פון בריסק און ביי הרב יהושע לייב דיסקין.

ביי אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון ר' משה גאָרפינקל פון ווארשע, א גערער חסיד. נאך דער חתונה האט זיין ווייב געזאגט צו אים:"דו האסט נישט קיין היתר הוראה, וויאזוי וועסטו קענען ווערן א רב פון א קהילה?" איז ער געגאנגען צו א גדול צו נעמען היתר הוראה. האט אים דער גדול געפרעגט צי ער איז גוט באהאוונט אין שלחן ערוך. האט דער ראגאטשאווער געזאגט "ניין, כ'לערן אלץ ארויס פון דער גמרא און די ראשונים". האט אים דער גדול געזאגט: "גיי לערן שלחן ערוך". צוויי חדשים האט ער דערשטוינט דעם גדול מיט זיין בקיאות אין שלחן ערוך. זיין ווייב איז נפטר געווארן נאך א קורצער צייט, און ער האט געהייראט איר שוועסטער.[2] אכט יאר האט זיין שווער אויסגעהאלטן אים אויף קעסט, ווען ער האט געזעסן און געלערנט תורה טאג און נאכט.[3]

אין תרמ"ט האט די חסידישע קהילה פון דענענבורג אים אויפגענומען פאר זייער רב און ער איז געבליבן דארט קרוב צו 50 יאר. דער רב פון דער מתנגדישער קהילה איז געווען הרב מאיר שמחה הכהן און די צוויי רבנים האבן געפירט די קהילה באחוה ורעות.[4]

זיין גאונות, בקיאות און התמדה זענען געווען אויסערגעווענליך. דער קלויזענבערגער רבי ברענגט אין נאמען פונעם אסטראווצער רב אז "ר' יאשע קען ש"ס בבלי, ירושלמי און אלע ספרים פונעם רמב"ם בעסער ווי אלע אידן קענען זאגן אשרי. חסידים פארציילן אז אין זיינע יונגע יארן איז רבי יוסף ראזין געווען ביי רבי צדוק הכהן פון לובלין און זיי מפלפל געווען אין דברי תורה. צום סוף האט אים רבי צדוק געזאגט: "יונגערמאן, איך זע אין דיר אז דו ביסט אן עילוי, אבער נישט דאס אליין איז די כוונה אין די ווערטער "אתה חונן לאדם דעת"[5] אז מען זאל קענען זאגן טיפע פילפולים … נאר "יראת ד' היא אוצרו" (דער אייבערשטער'ס אוצר איז יראת שמים)". ווען ער איז אוועק פון רבי צדוק, זענען זיינע ווערטער געווען גוט איינגעקריצט אויף זיין שטערן, און דאס איז געבליבן ביי אים זיין גאנצע לעבן.[6]

ווען זיין ווייב איז געווארן קראנק, איז זי געפארן קיין ווין אויף א רפואה, אבער זי איז געשטארבן דארט. האט רבי יוסף זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ווין צו דער לוויה. ביי אים איז געווען א מינוט פון ביטול תורה א שאלה פון פיקוח נפש, און ער האט גערעדט אין לערנען דעם גאנצן וועג אויף דער באן, ביז ער האט פארגעסן די אורזאך פארוואס ער פארט קיין ווין. ווען די באן איז אנגעקומען, האט מען אים געזאגט אז מען איז שוין אין ווין און מען דארף גיין אויף דער לויה. האט ער געזאגט אזוי: "נשי במאי זכיין, וואס פאר א זכות האבן ווייבער, אז זיי ווארטן ביז זייערע מענער קומען אהיים פון בית המדרש. זאל זי ווארטן ביז איך ענדיג דעם פלפול.[7]

רבי אלחנן וואסערמאן האט פארציילט אז ווען ער איז געווען אין ריגע, האט ער אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באזוכן רבי יוסף אין דענענבורג. האט רבי יוסף געזאגט אז ער ליידט פון ייסורים און ס'איז פאר אים שווער צו רעדן, זאל זיין גאסט איבערזאגן א חידוש אין דברי תורה. רבי אלחנן האט זיך געקווענקלט, אבער אזוי ווי "אין מסרבין לגדול" (מען זאגט נישט אפ קיין גרויסן מענטש) האט ער געזאגט א שטיק תורה וועגן ביטול ברוב. דער ראגאטשאווער האט אים גוט אויסגעהערט, דערנאך זאגט ער "און קיין אנדערע חידושים האט איר נישט צו זאגן?". האט רבי אלחנן נישט פארשטאנען וואס ער וויל פון אים. דער ראגאטשאווער האט פארשטאנען וואס שטערט אים, האט ער געזאגט, "דעם חידוש האט איר מיר שוין אמאל געזאגט פאר צוואנציג יאר …", א זאך וואס רבי אלחנן האט אליין נישט געדענקט.

משפחה

רבי יוסף און זיין ווייב האבן געהאט צוויי טעכטער. איינע, רחל, האט חתונה געהאט מיט הרב ישראל אבא ציטראן, דער צווייטער רב פון פתח תקוה. ער איז נפטר געווארן תרפ"ז, און זייער איינציקער זון א קורצע צייט נאכהער. אין תרצ"ט איז זי צוריקגעפארן קיין דענענבורג צו העלפן הרב ישראל אלטער סאפערן־פוקס, איר פאטערס ממלא מקום, מסדר זיין דעם ראגאטשאווערס כתבי ידות. זי איז אומגעקומען אין חורבן אייראפע מיט אלע אידן פון דענענבורג, אין תש"א.

די צווייטע טאכטער, חנה, האט חתונה געהאט מיט הרב אבא דוד גאלדפיין, רב אין מאסקווע. זיי האבן געהאט צוויי זון, אבער מען ווייס נישט וואס איז געשען צו איר מיט אירע קינדער ביים חורבן.

רעפערענצן

  1. "אישים ושיטות" פןן רש"י זוין אין דעם ארטיקל אויפן ראגאטשאווער
  2. משפחה 500, אדר ב' תשע"ד ביים ראגאטשאווערס קני (ענגליש)
  3. מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ד' עמוד צ"ב, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א
  4. HaRogatchover by Y. Borochov, 2005 p.77-79
  5. אין דער וואכעדיגער שמונה עשרה
  6. מרביצי תורה מעולם החסידות, חלק ד' עמוד פ"ח, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א
  7. שיח זקנים, חלק ג' עמוד ת"ז, ציטירט אין שבת בשבתו 837, ז' אדר א' תשע"א

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!