באַניצער:עברי אנכי/ברוכים הבאים

< באַניצער:עברי אנכי
ווערסיע פון 21:18, 30 יאנואר 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אריינפיר צו ביישטייערן צו המכלול

המכלול צילט צו שאפן אן ענציקלאפעדיע וואס שטעלט צו אינפארמאציע צוגענגליך אויף א היימישע אידיש, אויסגעהאלטן תורה'דיג און אויף א פראפעסיאנעלע ניווא. עס איז געבויט אויף דער זעלבער קאוד ווי וויקיפעדיע, און ארבעט אויף אן אופן אז יעדער קען שרייבן און באארבעטן דעם אינהאלט. דער געדאנק דערפון איז אז יעדער קען שרייבן די ידיעות און נושאים וואס פאראינטערעסירן אים און ער איז אין זיי באהאוונט, און דורכדעם קומט מען אן צו דעקן מער, און מער-אקוראטע אינפארמאציע.

המכלול אויף אידיש האט זיך געעפנט אנהייב ווינטער תשפ"ג; צו אנהויבן מיט עפעס האט מען צוערשט אימפארטירט אלע ארטיקלען פון די "יידישע וויקיפעדיע", זיי אויסגערייניגט פון פסול'ע און נארישע תוכן, און עטוואס פארבעסערט און צוגעפאסט. אלע ארטיקלען פון יידישן וויקי זענען אונטער א באזונדערע "געביט" - רוי[1], און לינקס וואס פירן צו זיי זענען גרין (אנשטאט בלוי)[2]. דער ציל איז אבער דורכאויס נישט צו אהערשטעלן א געפילטערטע וויקיפעדיע, נאר בעיקר צו שאפן אריגינעלע און רייכע תוכן. המכלול פארמאגט אויך א העברעאישע ווערסיע. דער אידישע ווערסיע אנטהאלט איצט אלס אינאיינעם 13,214 ארטיקלען.

אין די פארגאנגענע חדשים האט מען בעיקר געארבעט צו אוועקשטעלן די אינפראסטרוקטור פונעם זייטל, אבער אין די צייט האט מען שוין אויך געשריבן איבער 300 ארטיקלען, טייל קורצערע, און אנדערע גאר רייכע ארטיקלען אין וועלכע איר קענט זען א פרעצעדענט און זיי ניצן אלס מוסטער זיך צו צורייבן וויאזוי צו שרייבן ארטיקלען[3].

וואס איר קענט טון

יעדער (אומבאשיצטער) בלאט קען ווערן רעדאגירט דורכ'ן דריקן אויפ'ן רעדאגירט טעב

קודם עטליכע וויכטיגע כללים: 1. א וויקי זעט אויס ווי א שטיקל וואלד מיט פילע בלעטער, קאמפליצירטע פראטאקאלן און ביוראקראטישע פראצעדורן, עס איז אבער היבש גרינגער ווי עס זעט אויס. די וויכטיגע ידיעות צו קענען שרייבן זענען אין פאקט גאר גרינג! קוקט אייך אום עטליכע טעג, לאזט זיך עס איינעסן און איר וועט געשווינד כאפן דעם פארטל. 2. עס איז וויכטיג צו געדענקען אז אלעס קען גאר גרינג ווערן צוריקגעדרייט, און איר מאכט קיינמאל קאליע מיט'ן מאכן א טעות. 3. איר דארפט נישט קענען אלעס. שרייבט אפ אייער ארטיקל אין א דרעפט, (אדער בויט אויף אן עקזיסטירנדע ארטיקל/דרעפט) צו די בעסטע שטאפל וואס איר קענט. א וויקי בויט זיך צוביסלעך און ווערט אלץ בעסער דורך די חברים און באניצער, ביים דרעפט אריבערפירן פראצעדור, און שפעטער[4].

המכלול בויט זיך דורך די באניצער, און וואס מער שרייבער אלץ רייכער ווערט עס. אויב איר קענט אביסל וויקי קאוד, קוקט אייך אום אביסל אויפ'ן זייטל וויאזוי זאכן לויפן דאהי, שאפט א קאנטע און נעמט אייך תיכף צו דער ארבעט, און שרייבט אפ ארטיקלען אין סיי וועלכע טעמע עס פאראינטערעסירט אייך[5]. איר קענט באזירן אייער ארבעט אויף אנדערע ענציקלאפעדיעס, ווי המכלול אויף העברעאיש, אדער ענגליש וויקיפעדיע[6].

אויב קענט איר נישט וויקי, אדער צו ווייניג אויף צו קענען אפשרייבן א נייעם ארטיקל, געבט א ליין איבער המכלול שטאפל ביי שטאפל, און שפילט ארום אינעם זאמדקאסטן[7]. ווען איר כאפט אביסל דעם נושא, הייבט אן מיט איבערקוקן קאטעגאריע:דרעפטס און בויט אויף ארטיקלען, אדער לייגט צו וויכטיגע אינפארמאציע און הגהות צו עקזיסטירנדע ארטיקלען. הייבט ענדערש אן קליין, מיט קלענערע רעדאגירונגען איידער'ן אפשרייבן א גאנצער ארטיקל. ס'נעמט אביסל צייט צו כאפן פולשטענדיג דעם שניט און גאנג.

פון די אנדערע זייט, איז אפשרייבן אדער פארבעסערן אינפארמאציע נישט די איינציגסטע וועג וויאזוי איר קענט דא צוגעבן. אויפשטעלן א פולשטענדיגע ענציקלאפעדיע אויף היימיש אידיש איז אַן אמביציעזע אונטערנעמונג, און דער סיסטעם באנוצט דערצו איז פארצווייגט און פילזייטיג. קענט איר זיך אויס מיט אידישע גראמאטיק אדער שפראך? טויגט איר צו דעזיין און גראפיקס? פארמאגט איר א חוש אין פראגראמינג? דאס אלעס, און נאך אסאך, קען גאר גוט צונוצקומען פאר דעם פראיעקט. אויב זענט איר נישט זיכער מיט וואס איר קענט צושטייער געבן, קענט איר אלעמאל אויסשמועסן אייערע אינטערעסן אדער טאלאנטן אין קרעמל, און דער עולם וועט אייך זיכער צושטעלן א פולע ליסטע פון געדאנקען...

פאר יעדע טעכנישע פראבלעם זעט איר געלאדענט זיך צו ווענדן צום הילף טישל און די מכלולאים וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.

לאגירונג

א וויכטיגע געצייג אויף א וויקי איז דאס לאגירן יעדע טויש וואס סיי ווער מאכט סיי וואו אין המכלול. אלע טוישונגען קענען געזען ווערן לעבעדיג אויף די לעצטע ענדערונגען בלאט. אויך אויף יעדע בלאט איז דא א טעב "פריערדיגע ווערסיעס", וואו אלע אויפלאגעס דורכאויס די היסטאריע פון דעם בלאט קענען געזען ווערן. עס איז ראטזאם און זייער נוצבאר צו נאכפאלגן טוישונגען און זען וואס ערפארענע באניצער טוען מיט ארטיקלען - איבערהויפט טוישונגען וואס מען האט געמאכט אויף אייערע רעדאגירונגען, וואס דורך דעם וועט איר קענען זען וואו איר קענט זיך פארבעסערן. עס איז אויך פארהאן א ספעציעלע "נאכפאלג ליסטע" וואו איר קענט זען נאר די ענדערונגען וואס זענען אייך נוגע[8].

הערות

  1. איר וועט זען ביי יענע ארטיקלען אז דער בלאט הייסט רוי:ארטיקל, למשל: רוי:דאנאלד טראמפ. צו זען מער איבער געביטן זעט המכלול:געביט.
  2. זעט מער דערוועגן אין המכלול:רוי געביט.
  3. כאפט א בליק אויף די ארטיקלען אין קאַטעגאָריע:המכלול: אבן הפינה.
  4. דוגמאות: אויב קענט איר נישט גוט די מוסטערן, פרובירט אייער בעסטע אדער לאזט עס אינגאנצן אויס, און אנדערע וועלן שוין צופאסן און אויפארבעטן. אפילו אין די תוכן אליין, אויב איין טייל פון א סוגיא איז אייך נישט קלאר, אויב איין געוויסע תקופה אין היסטאריע פון א באגריף איז אייך נישט באקאנט, שרייבט אלעס אנדערש און לאזט פאר אנדערע אריינצופילן די איבריגע.
  5. אויב האט איר נישט א ספעציפישע געביט פון אינטערעסע, קענט איר קלויבן געדאנקען פון די ליסטעס.
  6. זעט דא איבער געבן קרעדיט.
  7. איר דארפט נישט פאקטיש אפהיטן די ענדערונגען, איר קענט דרוקן אויפ'ן "זעט אויסקוק" קנעפל און זען די תוצאות פון אייערע פעולות.
  8. עס איז אבער וויכטיג נישט צו ווערן דערשראקן פון קאמפליצירטע טוישונגען וואס זענען אייך נישט נוגע. איר קענט אויך לייגן פילטערס ווי למשל נאר זען טוישונגען אין הויפט אדער דרעפט געביט.





ברוכים הבאים