פרשת בשלח

פערטע פרשה פון ספר שמות
ווערסיע פון 17:32, 10 יאנואר 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט שאפונג)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


פרשת בְּשַׁלַּח איז די פערדע סדרה פון ספר שמות, און די זעכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"ג, פסוק י"ז ביז קאַפּיטל י"ז, פסוק ט"ז, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 116 פסוקים און פערצן פרשיות - ניין פתוחות און פינף סתומות.

Arrow r.svg בשלח Arrow l.svg
פסוקים שמות יג, יז - יז, טז
צאל פסוקים 116 (23'סטע)
צאל ווערטער 1681 (18'טע)
צאל אותיות 6423 (18'טע)
אינהאלט קריעת ים סוף און שירת הים, די אידן זוכן וואסער אין מרה, גאט געבט מן, משה שלאגט דעם שטיין, מלחמת עמלק
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (0)  לא תעשה (1)
ארויסגיין פון תחום שבת
הפטורה
אשכנזים שופטים ד, ד - ה, לא
ספרדים שופטים ה, א–לא
תימנים שופטים ד, כג - ה, לא
איטאליענער שופטים ד, ד - ה, ג
מַרְכְּבֹת פַּרְעֹה וְחֵילוֹ יָרָה בַיָּם: די מצריים זינקען אין ים סוף. מאלעריי דורך פרעדריק ארטור ברידגמאן, 1900

אינעם פרשה ווערט .

פרשת בא ווערט געליינט צווישן י' און י"ז שבט. די שבת אין וועלכע די פרשה ווערט געליינט ווערט גערופן "שבת שירה", און איז די פערטע פון די שובבי"ם וואכן.

אינהאלט

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] איז פארהאן 1 מצוה אין דער פרשה:

מצוה מקור אקטועל היינטיגע צייטן באפוילענע
ארויסגיין פון תחום שבת אַל יֵצֵא אִישׁ מִמְּקֹמוֹ בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי (טז, כט) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין די שירת דבורה פון ספר שופטים. די אשכנזים הייבן אן ביי קאַפּיטל ד', פסוק ד', די ספרדים ביי קאַפּיטל ה', פסוק א', און די תימנים ביי קאַפּיטל ד', פסוק כ"ג, און מען ענדיגט ביי קאַפּיטל ה', פסוק ל"א. די איטאליענער ליינען פון ד, ד ביז ה, ג. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען יהושע כד, ז–כג.

שבת שירה

  שבת שירה

דער שבת אין וועלכע מען ליינט פרשת בשלח און די שירת הים, און די הפטורה אין שירת דבורה, ווערט גערופן שבת שירה. עס זענען פארהאן פארשידענע מנהגים דעם שבת אפצוצייכענען די נס פון קריעת ים סוף און פרשת המן וועלכע שטייט אויך אין די פרשה. דער שירה - וועלכע איז אייגנארטיג געשריבן אין ספר תורה ווי ציגל - "אריח על גבי לבנה"[2], ווערט געליינט בשעת דער ציבור שטייט פון ויושע[3] מיט ספעציעלע טראפן, און אין טייל קהילות מיט א ספעציעלן נוסח אויך ביי פסוקי דזמרה, און ביי געוויסע פסוק ביי פסוק.

געוויסע פירן זיך צו זינגען דעם פיוט "יום ליבשה נהפכו מצולים"[4]. אויך איז א ברייט-פארשפרייטע מנהג צו ארויסלייגן שפייז פאר די פויגלען[א], און צוליב די איסור פון שפייזן באשעפענישן אום שבת[10] לייגן פיל אום ערב שבת.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בשלח", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. פארהאן דערויף פארשידענע טעמים: 1) ווייל די פייגלען האבן געזינגען שירה ביי קריעת ים סוף[5]. 2) ווייל דתן און אבירם האבן אויסגעלייגט מן אפצופרעגן משה וואס האט געזאגט אז שַׁבָּת לֹא יִהְיֶה בּוֹ, און די פייגל האבן עס אויפגעגעסן, און אום שבת יָצְאוּ מִן הָעָם לִלְקֹט וְלֹא מָצָאוּ"[6], און אלס שכר געבט מען זיי שפייז[7]. 3) ווייל די פייגל טרעפן זייער שפייז גרינג, און מיר ווייזן דערמיט אז אידן וועלכע זענען צוגעגליכן צו פייגל[8] וועלן פארזארגט ווערן מיט שפייז פון הימל ווי מן ווען מען פארלאזט זיך אויפ'ן אויבערשטן[9].

רעפערענצן

  1. ספר החינוך, מצוה כ"ד.
  2. מגילה טז, ב.
  3. קצות השלחן - חלק ג, סימן פ"ד סקכ"ב.
  4. אדער ים ליבשה, זעט פיוט "י[ו]ם ליבשה" אויף אוצר החכמה פארום.
  5. תוספת שבת, סשכ"ד סקי"ז.
  6. טז, כו–כז.
  7. פונעם חוזה פון לובלין, געברענגט אין רבי יחיאל מיכל היבנר, נחלה לישראל - שער בת רבים, אות י"ז.
  8. שמות רבה, פרשה ה', פסקה י"ב
  9. רבי משה פון פשעווארסק, אור פני משה, פרשת בשלח.
  10. מגן אברהם, אורח חיים, סימן שכ"ד, סעיף קטן ז', געברענגט אין משנה ברורה, סימן שכ"ד, סעיף קטן ל"א. אבער זעט אין תוספות שבת, דארט, וואס איז מתיר, און פילע ברענגען אים אראפ.


* בשלח קאַטעגאָריע:שבט