רוי:רבי יצחק מאיר העשל (קאפיטשיניץ)

ווערסיע פון 13:42, 17 דעצעמבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "[[שלום יוסף פרידמאן" ב־"[[רבי שלום יוסף פרידמאן")

רבי יצחק מאיר העשל זצ"ל (כ"א כסלו ה'תרכ"ב - א' תשרי ה'תרצ"ו), פון קאפיטשניץ.

אפשטאם

רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין זשינקאוו כ"א כסלו ה'תרכ"ב, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשביזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת לאה רחל א טאכטער פון הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

רבנות

רבי יצחק מאיר'ס פאטער איז נפטר געווארן חול המועד סוכות ה'תרמ"א, נאך זיין חתונה האבן זיין פאטער'ס חסידים געוואלט אויפנעמען רבי יצחק מאיר אלס ממלא מקום, אבער ער איז געבליבן ביי זיין שווער אין הוסיאטין.

נאך זיין שווער'ס פטירה איז געקומען דעלעגאציעס פון פארשידענע שטעטלעך אויפצונעמן רבי יצחק מאיר אלס רב. א געוויסן טאג איז אנגעקומען דריי פארשלאגן פון קאפיטשניץ, כראסקאוו און מיקליניץ, אלע דריי זענען געפאָלן פאר רבי יצחק מאיר, נישט וויסנדיק וואס צוטוהן איז ער אריין געפארן צו זיין פעטער קיין טשארטקאוו, וועלכער האט פארגעשלאגן מען זאל ווארפן גורל, דער טשארטקאווער האט אליין געצויגן דעם גורל, ווען ס'איז ארויסגעצויגן געווארן דאס צעטל קאפיטשניץ האט דער טשארטקאווער אים געזאגט "מזל טוב קאפיטשניצער רבי".

הסתלקות

רבי יצחק מאיר איז נפטר געווארן אין וויען ראש השנה, א' תשרי ה'תרצ"ו, און ער ליגט אין וויען.

פאמיליע

רבי יצחק מאיר האט געהייראט י' אדר ה'תרמ"א אין הוסיאטין מרת גיטל ( - י"א אלול ה'תרצ"ג), א טאכטער פון הרב מרדכי פייביש פרידמאן פון הוסיאטין. זייערע קינדער:

  • הרב משה העשל הי"ד.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (30)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!