רבי חנינא איש אונו
תנא פון דריטן דור אין ארץ ישראל
רבי חנינא (אויך: חנניה) איש אונו איז געווען א תנא אין דריטן דור (דער ערשטער דור נאכ'ן חורבן[1]), וועלכער איז געקומען פון שטאט אונו נעבן לוד.
אין משניות ווערט דערמאנט איין הלכה וואס ער האט איבערגעגעבן: ”וזו הלכה העלה רבי חנינא איש אונו מבית האסורין[א]: מקובל אני באומר לשלשה תנו גט לאשתי, שיאמרו לאחרים ויכתבו, מפני שעשאן בית דין” (משנה, גיטין ו, ז). לויט רבי יצחק אייזיק הלוי, האט ער איבערגעגעבן די הלכה בסוף ימיו, ווען ער איז שוין געווען גאר אלט[2].
ער ווערט דערמאנט נאך איין מאל אין תוספתא, וואו ער האט עדות געזאגט פאר רבן גמליאל אין יבנה אז מען דארף מעבר זיין דעם יאר נאר אין חלק יהודה פון ארץ ישראל, און נישט אין גליל[3].
לויט דער רמב"ם, איז חנניה איש אונו אויך צווישן די וועלכע ווערן גערופן "הדנים לפני חכמים"[4].
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנאים ואמוראים
סוג לא תואם [ 1 ]
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
סוג לא תואם [ page, 3 ] רבי אהרן היימאן, "אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב".#p=אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב". רבי חנינא איש אונו", תולדות תנאים ואמוראים אויסדרוק-פאנטשער: אומבאקאנטער צייכן "ב"., לאנדאן, תר"ע, עמ' ב–60- "חנניא (חנינא) פון אונו", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק הרביעי
- ↑ רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 728
- ↑ תוספתא, סנהדרין, ב, יג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב', דף ד, ב; סנהדרין יא, ב
- ↑ פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק השביעי. לויט אונזער גירסא אין סנהדרין יז, ב, איז חנניה איש אונו נישט אויסגערעכנט צווישן זיי