פרשת וישב

ניינטע פרשה פון ספר בראשית


פרשת וַיֵּשֶׁב איז די ניינטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון קאַפּיטל ל"ז, פסוק א', ביז קאַפּיטל מ', פסוק כ"ג, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. די 112 פסוקים זענען איינגעטיילט אין 4 פרשיות, דריי פתוחות און איין סתומה.

Arrow r.svg וישב Arrow l.svg
פסוקים בראשית לז, א - מ, כג
צאל פסוקים 112 (24'סטע)
צאל ווערטער 1558 (24'סטע)
צאל אותיות 5972 (24'סטע)
אינהאלט מכירת יוסף, געשיכטע פון יהודה און תמר, יוסף אין מצרים: די געשיכטע מיט יוסף און אשת פוטיפר, יוסף לעזט די חלומות פון די מיניסטארן אין טורמע
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
עמוס ב, ו - ג, ח

די פרשה הייסט "וישב" אויף די ערשטע ווארט אין די פרשה: וַיֵּשֶׁב יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מְגוּרֵי אָבִיו בְּאֶרֶץ כְּנָעַן. אין די פרשה ווערט געשילדערט יוסף'ס אנגעצויגענע באציאונגען מיט זיינע ברידער, און זיין עווענטועלע פארקויף און אראפגיין קיין מצרים; די געשיכטע פון יהודה און תמר; יוסף אין מצרים, זיין געשיכטע מיט אשת פוטיפר, און זיין וויילן אין תפיסה.

פרשת וישב ווערט געליינט צווישן כ' און כ"ו כסלו, וועלכע קומט אין רוב יארן אויס די שבת בעפאר חנוכה[1], אויסער אין יארן וואס הייבן זיך אן שבת[2], ווען פרשת וישב ווערט געליינט אום שבת חנוכה.

פרשה אינהאלט

די פרשה שילדערט די פאסירונגען פון יעקב און זיינע קינדער, און די אומשטענדן וואס האבן צוגעברענגט דאס אראפגיין פון יוסף און נאך אים יעקב מיט זיין גאנצע פאמיליע קיין מצרים, וואס האט נאכגעפאלט מיט די פארשקלאפונג פון כלל ישראל.

מכירת יוסף

יוסף האט געפאשעט זיין טאטע'ס שאף אינאיינעם מיט זיינע ברידער און זיך באפריינדעט מיט די קינדער פון די דינסטן, בלהה און זלפה, און בארעדט די קינדער פון לאה פאר יעקב. יעקב האט ספעציעל ליב געהאט זיין בן זקונים, יוסף, און אים געמאכט א ספעציעלע העמד - "כתונת פסים", וואס האט צוגעברענגט א פיינטשאפט צו אים ביי זיינע ברידער. יוסף האט זיך גע'חלומ'ט חלומות וועלכע האבן אנגעדייטעט אז ער הערשט איבער זיי, וואס האט נאר פארמערט זייער פיינטשאפט.

די ברידער זענען געגאנגען פאשן זייער פאטער'ס שאף אין שכם, און יעקב האט געשיקט יוסף זען וואס זיי מאכן. ווען ער האט זיי נישט געפונען אין שכם האט אים איינער צוגעוויזן אז זיי זענען געגאנגען קיין דֹתָן, און אנקומענדיג אהין האבן די ברידער אים געפלאנט צו הרג'ענען, אריינווארפן אין א גרוב, און זאגן פאר יעקב אז א חיה האט אים פארציקט. ראובן האט זיי אבער אפגערעדט דערפון, און מיט'ן פלאן אים שפעטער צו ארויסראטעווען, גע'עצה'ט אים אריינצואווארפן אין איינע פון די גרובער. ווען יוסף האט זיי דערגרייכט האבן זיי אים אויסגעטון זיין ספעציעלע העמד, און אים אריינגעווארפן אין א גרוב. זיי האבן זיך געזעצט עסן א סעודה ווען א גרופע אראבישע וואנדערער אויפ'ן וועג קיין מצרים זענען אריבער מיט געווירצן אויף זייערע קעמלען. אויף די עצה פון יהודה האבן זיי פארקויפט יוסף פאר די אראבער.

די ברידער האבן איינגעטינקען יוסף'ס העמד מיט בלוט, און דאס געברענגט צו יעקב וועלכע האט דאס דערקענט, מיינענדיג אז א חיה האט אים פארציקט, און געקלאגט אויף אים גאר א לאנגע צייט.

יוסף איז אנגעקומען קיין מצרים און געווארן פארקויפט פאר א קנעכט צו פוטיפר, פרעה'ס "שר הטבחים"[3][4].

יהודה און תמר

יהודה האט געהאט דריי זין, עֵר, אוֹנָן און שֵׁלָה. עֵר האט חתונה געהאט מיט תמר, אבער איז געשטארבן אנע קינדער צוליב זיינע זונד, און יהודה האט געזאגט פאר אונן זאל מייבם זיין תמר, אבער וויסנדיג אז די קינדער וועלן ווערן פאררעכנט פאר זיין ברודער עֵר, האט ער געזונדיגט נישט צו האבן קינדער, און ער איז אויך געשטארבן. יהודה האט מורא געהאט אז שלה זאל אויך הייראטן תמר, און האט אפגעשיקט תמר צו איר טאטנ'ס שטוב, אנגעבנדיג אז שלה דארף נאך אויפוואקסן.

ווען עס איז אריבער א לאנגע צייט און תמר האט דערזען אז שלה האט נישט חתונה מיט איר, האט הערנדיג אז יהודה קומט קיין תמנה, זיך געשטעלט אויפ'ן וועג פארשטעלט אז יהודה זאל איר נישט דערקענען. יהודה, מיינענדיג אז זי איז א זונה, האט געוואוינט מיט איר, און איר אהינגעגעבן אלס משכון זיין שטעמפל, א קלייד זיינע, און זיין שטעקן, אויף ביז ער וועט איר נאכשיקן א ציג אלס באלוין. יהודה האט געשיקט זיין פריינט מיט'ן ציג אויפצוזוכן די זונה, אבער נאכ'ן איר נישט טרעפן האט ער אויפגעגעבן אויפ'ן משכון. תמר איז געווארן טראגעדיג, און ווען יהודה האט געהערט אז זי האט מזנה געווען האט ער באפוילן איר צו שטראפן מיט שריפה. ווערנדיג געפירט צום פארברענגען האט זי געוויזן פאר יהודה די סימנים, אויף וועלכע יהודה האט מודה געווען: ”צָדְקָה מִמֶּנִּי”. תמר האט געבוירן פון יהודה צווילינג, פרץ און זרח.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

מען ליינט די הפטורה אין ספר עמוס פון תרי עשר, פון קאַפּיטל ב', פסוק ו', ביז קאַפּיטל ג', פסוק ח'. די ערשטע פסוק פון די הפטורה רעדט זיך פון מכירת יוסף[5]: ”כֹּה אָמַר ה', עַל שְׁלֹשָׁה פִּשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל וְעַל אַרְבָּעָה לֹא אֲשִׁיבֶנּוּ, עַל מִכְרָם בַּכֶּסֶף צַדִּיק וְאֶבְיוֹן בַּעֲבוּר נַעֲלָיִם.”

ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל ל"ב, פסוק י"ח - קאַפּיטל ל"ג, פסוק י"ח[6].

ווען פרשת וישב געפאלט אום שבת חנוכה (אין יארן וואס הייבן זיך אן שבת), ליינט מען די הפטורה פון חנוכה - "רני ושמחי"[7].

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וישב", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. ארום 71.4% יארן
  2. ארום 28.5% יארן
  3. קצב (רש"י, לז, לו); אדער הענקער (אונקלוס, אבן עזרא און רמב"ן, דארט).
  4. קאַפּיטל ל"ז.
  5. מרדכי בן אברהם יפה, "סימן תרס"ט", לבוש - לבוש החור - חלק ב, לויט פרקי דרבי אליעזר, פרק ל"ח.
  6. הפטרת וישב אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.
  7. מגילה לא, א.