דרעפט:יעקב'ס חלום
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
יעקב'ס חלום איז די נאמען פון די חלום וואס האט גע'חלומ'ט יעקב אויפן וועג קיין חרן.
די חלום
אינמיטן זיין וועג קיין צפון, פון באר שבע צו חרן, האט יעקב זיך געלייגט שלאפן אין די אזור פון די יישוב לוז און ער האט גע'חלומ'ט אויף א לייטער וואס איז שטייענדיג אויפן דרערד אוין עס קומט אן ביז דעם הימל, און מלאכים גייען ארויף און אראפ פון דעם. אין חלום האט דער אויבערשטער זיך באוויזן פאר יעקב און עם צו געזאגט אז דער לאנד וואס ער ליגט אויף דעם וועט ער באקומען, ווי אויך האט ער עם צו געזאגט אז ער וועט עם אכטונג געבן אויפן וועג[1].
אין מדרש שטייט אויך אז דער אויבערשטער האט עם געבעטן ארויף צו גיין אויף דעם לייטער אבער יעקב האט מוירא געהאט:
ר' נחמן פתח 'ואתה אל תירא עבדי יעקב' מדבר ביעקב דכתיב ויחלום והנה סולם מוצב ארצה' אמר רבי שמעון בן יוחאי בשם ר' מאיר מלמד שהראה הקדוש ברוך הוא ליעקב שרה של בבל עולה ויורד של מדי עולה ויורד ושל יון עולה ויורד ושל אדום עולה ויורד אמר הקדוש ברוך הוא ליעקב אף אתה עולה באותה שעה נתיירא יעקב אבינו ואמר שמא ח"ו כשם שלאלו ירידה אף לי כן אמר לו הקדוש ברוך הוא ואתה אל תירא' אם אתה עולה אין לך ירידה עולמית לא האמין ולא עלה ר' מאיר היה דורש 'בכל זאת חטאו עוד ולא האמינו בנפלאותיו' זה אבינו יעקב שלא האמין ולא עלה אמר לו הקדוש ברוך הוא אילו האמנת ועלית עוד לא ירדת ועכשיו שלא האמנת ולא עלית עתידין בניך שיהו משתעבדין בד' מלכיות בעולם הזה במסים ובארנוניות ובזימיות ובגלגליות
— ויקרא רבה כט' ב'
יעקב האט אויף געשטאנען פון חלום און אויס גערופן אז דער פלאץ איז א 'בית אלוקים' און 'שער השמים', און צוליב דעם רופט ער אן די פלאץ 'בית א-ל', און ער האט געבויעט דארט א מציבה און נודר געווען א נדר אז אויב דער אויבערשטער וועט עם אכטונג געבען, וועט ער קובע זיין די פלאץ אויף דער אויבערשטער'ס שטוב און ער וועט געבן מעשר פון זיין רכוש ווען ער וועט צוריק קומען.
די פלאץ פון חלום
עס איז דא וואס האלטן אז דער היינטיגער יישוב בית א-ל איז ביי יענעם פלאץ און דערפאר הייסט דאס אזוי[2], אבער עס איז דא וואס האלטן אז עס איז געווען אין הר הבית[3].
די צייט פון חלום
לויט דער ספר היובלים[4], האט יעקב אנגעקומען צו דער פלאץ אין יאר 2,115 צום בריאת העולם, אין דער טאג א' ניסן ביים אידישער קאלענדער.
די משמעות פון דער לייטער
די ווארט 'סולם' שטייט נאר איין מאל אין די תורה.