דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט.

רבי אלעזר בירבי קליר (אויך קיליר), אדער רבי אלעזר הקליר איז געווען א דיכטער פון ארץ ישראל פון די חשוסע קלאסישע דיכטער. די פונקטליכע צייט ווען ער האט געלעבט איז נישט באוואוסט; טייל זאגן אז ער איז פון די צייט פון די תנאים, אנדערע רוקן אראפ זיין צייט ביז ענדע די תקופה וואס די ביזאנטישע אימפעריע האט געוועלטיגט אין ארץ ישראל און די ערשטע יארן פון די געוועלטיגן פון די מוסלמענער אין ארץ ישראל. ער האט פארפאסט זייער אסאך פיוטים , וואס טייל פון זיי זענען אריין אין די מחזורים פון דאווענען אין נוסח אשכנז, נוסח צרפת, נוסח איטאליע אן נוסח רומעניע, און נאך אסאך זענען געפונען געווארן אין קאיר גניזה.

ביאגראפיע

זיין אפשטאם און די תקופה פון הקליר זענען נישט באקאנט מיט א זיכערקייט פון די מקורות, און עס איז פארהאן א מחלוקת ארום דעם. עס זענען דא פון די ראשונים וואס האבן געקלערט אז ער איז פון די תקופה פון די תנאים, און זיי האבן אים אידענטיפיצירט מיט דער תנא רבי אלעזר ברבי שמעון, וואס אויף אים איז געזאגט געווארן אין מדרש[1] אז ער איז געווען א דרשן און א פייטן[2]. (לויט א צווייטע ווערסיע, באשעפטיגט זיך דער מדרש מיט רבי אלעזר בן ערך, און לויט דעם זענען געווען אזעלכע וואס האבן אינדענטיפיצירט דער קליר מיט אים[3]). אויך די וואס ציטירן די סברה זעען דערין איינע פון די מעגליכקייטן, און לייגן צו נאך א מעגליכקייט אז ער האט געלעבט נאכן ענדיגן די תלמוד ירושלמי, און אזוי שיינט פון די ווערטער פון געציילטע ראשונים אז זיין צייט איז געווען אין תקופת הגאונים[4].

די מקובלים האבן אויך געקלערט אז הקליר איז רבי אלעזר ברבי שמעון, ווי רבי חיים וויטאל ברענגט אין זיין ספר שער הכוונות אין נאמען פון זיין רבין דער אר"י: "איך האב געהערט אין נאמען פון מיין רבי ז"ל, אז הקליר וואס האט מסדר געווען קרוב"ץ אין מחזור פון די אשכנזים איז רבי אלעזר בר' שמעון", אבער ער האט צוגעלייגט א צוריקגעצויגנקייט "אבער איך האב נישט געהערט פון מיין רבי"[5]. ביי די צייט פון די השכלה האט מען גענייגט צו שפעטערן זיין צייט, און מען האט געקלערט אז ער איז פונעם 10'טע יארהונדערט אדער די 11'טע אין איטאליע, און עס זענען געווען וועלכע האבן אידענטיפיצירט זיין וואוינארט אין קליארי (Cagliari).

מיטן ענטדעקן די קאיר גניזה, און אין איר א גרויסע זאמלונג פון זיינע פיוטים, קלערן די פארשער אז זיין צייט איז שפעטער פון די דאטום וואס די ראשונים האבן געזאגט. אין מערבית אויף ראש השנה וואס פאלט אויס אום שבת האט ער צוגענדיגט ביי ברכת גאולה אזוי ווי די בבלישע חתימה 'גאל ישראל' (אנשטאט נוסח ארץ ישראל צו ענדיגן 'צור ישראל וגואלו'), וואס ווייזט ארויס אז לכאורה איז זיין צייט שפעטער.[6] עס קען זיין אז ביי די פלאץ פון הקליר האט מען זיך שוין געפירט צו האלטן צוויי טעג ראש השנה[7] (אנשטאט דער פריערדיגער מנהג צו האלטן ראש השנה נאר איין טאג[8]). און ווי עס זעט אויס האט מען זיך געפירט צו ענדיגן די תורה איינמאל א יאר (אנשטאט איין מאל אין דריי יאר ווי עס איז געווען איינגעפירט אין ארץ ישראל)[9].

אין זיינע פיוטים ווערן אסאך מאל דערמאנט די פאקט אז קריסטן געוועלטיגן אין ארץ ישראל, און פון דעם, און צוגאב צום טעסטן די סטיל פון זיינע פיוטים, קומט מען צו אז ער האט געלעבט אין 6'טע יארהונדערט אדער אנהייב די 7'טע, ענדע פון די ביזאנטישע תקופה. אין פארגאנגענהייט איז געווען פארשפרייט די דעה אז ער האט געלעבט פאר די אראבער האבן אקופירט ארץ ישראל אום 638, און די קאנסענזוס איז געווען אז עס ווערן נישט דערמאנט קיין אראבער אין זיינע פיוטים, אבער מיט די יארן זענען געפונען געווארן אייניגע דערמאנונגען פון אראבער אין די פיוטים[10], און לויט די דערמאנונגען, זעט אויס אז אין זיינע לעצטע יארן האט ער מיטגעלעבט די אראבישע אקופאציע[11]. אויב אזוי, קען מען לויט דעם באשטימען אז זיין צייט איז די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט, אדער קען זיין ענדע די 6'טע יארהונדערט.

עזרא פליישער האט אנגעוויזן אויף די פיוט פאר תשעה באב פון הקליר, אז לויט זיין מיינונג באציט זיך עס צו די ווידערשטאנד פון הערקאליוס און דעריבער איז עס געשריבן געווארן צווישן די יארן 629 און 634[12], פון דא האט ער געברענגט א ענדגילטיגע באווייז, לויט זיין מיינונג, אז הקליר איז געווען אקטיוו אין די ערשטע האלב פון די 7'טע יארהונדערט. אנדערע פארשער האבן נישט צוגעשטימט צו זיין אפטייטשן די באזייטיגונג און במילא אויך צו די באווייז וואס עס איז געברענגט דערפון[13].

אין טייל פון זיינע פיוטים האט ער אונטערגעריבן אנהייב פון די שורות (אקראסטיק) מיט די נאמען פון זיין שטאט "קריית ספר", אן אומבאקאנט שטאט, וואס לויט איין מיינונג איז דאס טבריה, וואס איז געווען א צענטער פאר חכמים און סופרים ביז די אראבישע אקופאציע. עס איז נישט באקאנט זיין וואוינארט נאכדעם.

מקור פון זיין נאמען

די משמעות פון די נאמען קליר איז נישט קלאר (צומאל ערשיינט ער אויך מיט קלר און קיליר). לויט רבי נתן בעל 'הערוך', איז די מקור פונעם נאמען פון די גריכישע ווארט, κολλύρα[14] וואס איר טייטש איז א קוכן, און דאס איז וויבאלד די קלוגשאפט פון ר' אלעזר איז אים אנגעקומען פון עסן א קוכן וואס דערין איז געווען קמיע[15]. שד"ל האט פארגעשלאגן אז מעגליך איז די מקור פון איבערדרייען די אותיות פון די ביזאנטישע נאמען קיריל, און מען דארף עס ליינען קיליר[16].

מאנכע קלערן אז די מקור פון זיין נאמען איז פון די באגריף קלירוס (גריכיש: κλήρος, איינציגער מאן), א קירכעריש באגריף וואס באצייכנט א מענטש פון קירכע קעגן די געווענליכע קריסטן[17]. מעגליך אז די ווארט האט באנוצט אויך מענטשן פון אנדערע רעליגיעס ווי רבנים. א ענליכע ערשיינונג איז געפונען געווארן אויך אין אנדערע שפראכן; אזוי צום ביישפיל, די אידישע פאמיליע נאמען "קאפלאן" קומט פון א באגריף אויף א רעליגע מענטש אין איטעליעניש.


דער ארטיקל קומט פון יידיש-וויקיפעדיע.
אריגינעלער בלאטערלויבעניש cc-by-sa 3.0.
  1. ויקרא רבה, פרשה ל'.
  2. תוספות, חגיגה יג, א, ד"ה ורגלי און זיין מקור איז פון א תשובה פון רבינו תם וואס ווערט געברענגט אין מחזור ויטרי סימן שכה, אור זרוע הלכות ק"ש סימן יט און אין שבלי הלקט סימן כח, דארט האט ער זיך גענייגט צו די מעגליכקייט אז ער איז געווען א תנא כדי צו בארעכטיגן די מנהג פון זאגן פיוטים קעגן די הלכהדיגע טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן אים, און אין רא"ש מסכת ברכות פרק ה סימן כא האבן זיי געברענגט מיט די לשון אז עס זענען פארהאן וואס זאגן אז ער איז געווען א תנא, זהעט אויך אין מעדני יום טוב סק"ה.
  3. שו"ת הרשב"א א' תס"ט
  4. שו"ת רבינו גרשום מאור הגולה סימן א', ספר הפרדס הגדול לרש"י סימן קעד, שו"ת רדב"ז חלק ג סימן קל"ב, רבי יוסף שטיינהארט בשו"ת זכרון יוסף סימן יג, אזוי אויך האט מען אויפגעוויזן פון דאס פאקט אז מען געפינט נישט זיינע פיוטים אין מנהג ספרד, פון דאטומס וואס ווערן דערמאנט אין זיינע פיוטים און פון זיין דערמאנען אין ספר כבודה, פון רב האי גאון זעהט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי וולף היידנהיים, מחזור <רעדלהיים, אשכנז>, שבועות
  5. דער יעב"ץ אין זיין ספר מור וקציעה [קיא] ברענגט אין נאמען פון אר"י, אז ער איז געווען א גלגול פון ר' אלעזר ברבי שמעון, און נישט ממש ער אליין, אבער דער חיד"א האט באמערקט אויף זיינע ווערטער אז דער אר"י האט נישט אזוי געשריבן נאר ער האט געשריבן אז עס איז יא ממש ער
  6. זעהט פליישער, 'פיוט על סדרי התקיעה', תרביץ שנה נ"ד חוברת א', הערה 14.
  7. זעהט: פליישער, תרביץ נב, עמ' 237 ואילך, ועמ' 258 ואילך. התוספות בחגיגה יג, א האט מען אויפגעוויזן אז אין די צייטן פון הקליר האט מען מקדש געווען דעם חודש ע"פ הראייה פון דעם וואס ער האט נישט פארפאסט אויף ר"ה נאר איין קרוב"ץ, אבער מען קען דאס איינזעצן אז זיין וועג איז צו דיכטן אויף קריאת התורה פונעם טאגמוסטער:דרוש מקור, און קריאת התורה (ביי מפטיר) פון די צוויי טעג פון ר"ה איז גלייך. און אין שו"ת הרדב"ז חלק ג סימן תקל"ב האט ער אפגעווארפן די באווייז אז אין ארץ ישראל האט מען זיך געפירט אין זיין צייט צו האלטן נאר איין טאג, זעהט אויך די פיוטים אויף ראש השנה מיט די רעדאגירונג פון שולמית אליצור, ירושלים תשע"ד, עמ' 161.
  8. עס ווערט געברענגט אין בעל המאור ראש השנה דף ג עמוד א. זעהט: מ"ד הר, 'על שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', תרביץ נ"ג (תשמ"ד), עמ' 124 ואילך; און זעהט אויך פליישער, 'הערה להארה: בדבר שני ימים של ראש השנה בארץ ישראל', שם עמ' 293 ואילך.
  9. זעהט אויך: חיים סיימונס, "הבדלים בקריאת הפרשיות בין בני א"י ובין בני חו"ל", סיני קו (1990), עמ' לד
  10. זעהט צום ביישפיל: עזרא פליישער, "לוח מועדי השנה בפיוט לר' אלעזר בירבי קליר", תרביץ נב [ב] (טבת תשמ"ג), עמ' 254–257.
  11. שולמית אליצור, סוד משלשי קודש, האיגוד העולמי למדעי היהדות, ירושלים תשע"ט, עמ' 697–703.
  12. עזרא פליישר, "לפתרון שאלת זמנו ומקום פעילותו של ר' אלעזר בירבי קיליר", תרביץ נד [ג] (ניסן תשמ"ה), עמ' 383–427.
  13. Hillel I. Newman, "Apocalyptic Poems in Christian and Jewish Liturgy in Late Antiquity", in Brouria Bitton-Ashkelony and Derek Krueger (eds.), Prayer and Worship in Eastern Christianities, 5th to 11th Centuries, London 2016, pp. 244-248.
  14. "ḲALIR, ELEAZAR". האנציקלופדיה היהודית (in ענגליש). 1906. Retrieved 30 September 2013.
  15. ערוך ערך קלר. געבן צו עסן פאר קינדער קוכן מיט פסוקים איז נישט פרעמד צו אידישקייט. רבי אלעזר בעל הרוקח ברענגט א מנהג צו פיטערן די קינדערן מיט קוכן און דערויף פסוקים פון ישעיהו נ', ד-ה און יחזקאל ג, ג ביים אריינגיין צו לערנען תורה שבועות ביינאכט.
  16. שד"ל ציטירט די געדאנק פון רבי משה לנדאו, אייניקל פון נודע ביהודה, אין זיין פירוש אויף הערוך "מערכי לשון".
  17. די גריכישע ווארט κλήρος און איר פשוטע טייטש מיינט א טייל פון א באדן, א גורל, א קארטע אדער אן אסימון וואס נוצט פאר א הגרלה, א פארמעגן אדער א זאך וואס מען באקומט ביי א הגרלה, און דאס גלייכן. א פארבינדענע באגריף צו די ווארט אין גריכיש איז ירושה, ווען κληρονομος איז א ווארט פארן יורש - ווער עס באקומט פארמעגן ביי די הגרלה אדער ביי די ירושה.