רבקה
רבקה אמנו (ב'פ"ה – ב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די ווייב פון יצחק, און מאמע פון יעקב און עשו. איר טאטע, בתואל (וואס איז אויך געווען דער פאטער פון לבן הארמי), איז געווען א זון פון נחור, א שוועסטערקינד פון יצחק.
די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה | |
געבורט |
ב'פ"ה חרן |
---|---|
פטירה |
ב'ר"ז (אלט: 122 בערך) ארץ ישראל |
מקום קבורה | מערת המכפלה |
טאטע | בתואל |
בן זוג | יצחק אבינו |
קינדער | יעקב אבינו, עשו |
צאל קינדער | 2 |
תקופה | תקופת האבות |
נאך איר טויט, איז רבקה באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה, וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט.
ביאגראפיע
איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף.
רבקה איז געבוירן געווארן אין יאר ב'פ"ה אדער ב'ע"ד (זעט כראנאלאגיע) צו בתואל און מילכה אין חרן, נאך איר ברודער לבן[1], זייענדיג די איינציגסטע פון די אמהות וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[2]. איר נאמען נעמט זיך פון "עגלת מרבק"[3], וואס פארשער ערקלערן אז עס איז געווען אן אויסדרוק פאר שיינקייט אין יענעם קולטור[4]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון א סעמיטישע טערמין פאר ווייכקייט און בויגזאמקייט[5].
זי איז געווען די איינציגסטע פרוי פון יצחק, און האט געבוירן יעקב און עשו.
איבער איר פטירה ווערט נישט פארציילט אין די תורה, אבער עס ווערט דערמאנט אז זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה[6].
רבקה און אליעזר עבד אברהם
אין פרשת חיי שרה[7] ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט צו זיין פאמיליע אין חרן, דארט צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית. די תורה זאגט נישט די נאמען פון דער קנעכט, אבער לויט חז"ל איז דאס געווען אליעזר[8].
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט. ער האט דווקא געווארט דארט וויבאלד ער האט געוואלט זען ווער וועט זיין די וואס וועט אנטרינקען אים און זיינע קעמלען.
אליעזר האט געדאוונט מען זאל אים ווייזן א סימן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מיט דעם וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען, וועט די רעאקציע פון די פרוי זיין אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען. אזוי דאווענענדיג איז רבקה אנגעקומען, און אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר, אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", און אזוי האט זי געטון. די מפרשים ערקלערן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ[9].
ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. צו ארויסווייזן זיין דאנק, האט ער איר געגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט.
רבקה און איר פאמיליע
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, און אים אפגעגעבן כבוד מלכים. דער ברודער פון רבקה, לבן, האט ארויסגעשטארצט מיט זיין חנופה ווילנדיג באקומען גאלד און דימאנטן.
פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון.
נאך וואס אליעזר האט דערציילט די הויזגעזונד איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען, האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, און אין ענדע באשלאסן "לאמיר רופן די מיידל און איר פרעגן". רבקה האט מסכים געווען צו חתונה האבן מיט יצחק און זאפארט ארויסצוגיין אין וועג מיט איר זייגערין. פארן ארויספארן, האבן איר די הויזגעזונד געווינטשן: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"[7].
אנקום פון רבקה קיין כנען
ווען אליעזר, רבקה און איר זייגערין זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, דארט וואו יצחק האט געוואוינט, איז רבקה אראפ פונעם קעמל זעענדיג יצחק, און האט פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. אין די מפרשים ווערט ערקלערט אז עס דאן אריין אין איר א פחד פון יצחק, וואס האט צוגעברענגט אז זי האט שפעטער נישט פארגעלייגט אירע מיינונגס-פארשידענהייטן פאר איר מאן, אנדערש ווי די אנדערע אמהות[10].
יצחק האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע שרה, און דארט האט ער איר געהייראט און ליב געהאט[11] - זייענדיג די ערשטע פרוי וואס ליבשאפט צו איר ווערט דערמאנט אין די תורה[12].
אין שטוב פון יצחק
אירע קינדער
פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן עקרה. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך געשטעלט איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, גאט האט אויסגעהערט זייער געבעט און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש[13] האט עשו פרובירט ארויסגיין ווען מען איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און יעקב האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול; רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא גייט פאר. דאן האט מען איר געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער, און דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן: ”וַיֹּאמֶר ה' לָהּ שְׁנֵי גוֹיִם בְּבִטְנֵךְ וּשְׁנֵי לְאֻמִּים מִמֵּעַיִךְ יִפָּרֵדוּ וּלְאֹם מִלְאֹם יֶאֱמָץ וְרַב יַעֲבֹד צָעִיר”. זי האט טאקע געבוירן א צווילינג, ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר. דער ערשטער א רויטער און האריגער וועמען מען האט א נאמען געגעבן עשו, דער צווייטער איז ארויסגעקומען אנכאפנדיג דעם פירשט פון עשו, און מען האט אים א נאמען געגעבן יעקב. עשו איז אויפגעוואקסן א יעגער - א פעלד מענטש, אין צייט וואס יעקב איז געווען אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט. יצחק האט ליב געהאט עשו, און רבקה האט געגליכן יעקב[14].
מיט אבימלך מלך גרר
אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, און יצחק האט געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. ענליך צו וואס זיין פאטער האט געטון, האט אויך יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין אבימלך מלך גרר אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען[15], ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף[16].
דאס צונעמען די ברכות
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה האט דאס געהערט און באפוילן יעקב צו ברענגען צוויי ציגן, וועלכע זי האט צוגעגרייט ווי יצחק האט ליב געהאט. כדי יצחק זאל נישט אויפכאפן אז יעקב איז נישט עשיו דורכן טאפן זיינע הענט, האט זי אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[17].
כראנאלאגיע
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה איז פארהאן עטליכע דעות[18]:
- אין סדר עולם רבה (פרק א)[19] שטייט אז יצחק האט חתונה געהאט זייענדיג אלט פערציג יאר, און רבקה זייענדיג אלט דריי יאר - "ווייל ווען אברהם איז צוריק געקומען פון די עקידה אין הר המוריה איז ער אינפארמירט געווארן וועגן די געבורט פון רבקה, און יצחק איז דעמאלט געווען אלט זיבן און דרייסיג יאר, ווייל דעמאלט איז שרה געשטארבן - און פון יצחק'ס געבורט ביז די עקידה ווען שרה איז געשטארבן זענען דא זיבן און דרייסיג יאר, ווייל זי איז געווען אלט ניינציג יאר ווען יצחק איז געבוירן געווארן, און הונדערט זיבן און צוואנציג ווען זי איז געשטארבן, ווי עס שטייט אין פסוק (כג, א) ויהיו חיי שרה וגו', קומט אויס אז יצחק איז דעמאלט אלט געווען זיבן און דרייסיג יאר און דעמאלט איז רבקה געבוירן געווארן, האט ער געווארט ביז ווען מען קען שוין חתונה האבן מיט איר (דריי יאר) און דעמאלט האט ער איר געהייראט".
- לויט'ן משמעות אין גמרא[18] און ספרי[20], האט יצחק אבינו געהייראט רבקה אין עלטער פון פערצן יאר.
געשעעניש | די צייט און ארט | סדר עולם | ספרי |
---|---|---|---|
רבקה'ס געבורט | "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (נאך עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י, כה, כ) | ב'פ"ה | ב'ע"ד |
רבקה'ס חתונה | "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (כה, כ) | 3 יאר | 14 יאר |
געבורט פון יעקב און עשו | אין ניסן אדער תשרי (ראש השנה יא, א) | 23 יאר | 34 יאר |
מכירת הבכורה | אין טאג פון אברהם'ס פטירה | 38 יאר | 49 יאר |
די ברכות פון יצחק | "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י, כז, ב) | 86 יאר | 97 יאר |
רבקה'ס פטירה | דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה | 122 יאר | 133 יאר |
אין ספר הישר שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט[21] און 133 יאר ביי איר פטירה[22], מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער.
אין חז"ל
אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן ”כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים” (שיר השירים ב, ב), זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"[23].
דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט[24].
דער מדרש זאגט אז רבקה איז געווען ראוי צו געבוירן די צוועלף שבטים[25].
אין זוהר שטייט אז רבקה האט געהאט די געשטאלט פון שרה[26]. לויט אן אנדער מקור האט זי געהאט די שיינקייט פון חוה[27]. אויך ביי אבישג השונמית שטייט אז זי איז געווען גאר שיין, אבער רבקה איז געווען נאך שענער[28].
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ פענח רזא, בכור שור, און חזקוני אויף בראשית כה, כ
- ↑ בראשית כב, כג
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כב, כג
- ↑ ליאורה רביד, התנ"ך היה באמת, תל אביב, ידיעות אחרונות, 2009, עמ' 149.
- ↑ שמואל אפרים ליונשטם, "רבקה", האנציקלופדיה המקראית (באנד 7, עמ' 323), מוסד ביאליק, ירושלים
- ↑ בראשית מט, לא
- ↑ 7.0 7.1 קאַפּיטל כ"ד
- ↑ יומא כח, ב
- ↑ צום ביישפיל, זעט: בית הלוי על התורה, פרשת חיי שרה
- ↑ העמק דבר, בראשית כד, סה. זעט אויך ספורנו, דארט.
- ↑ בראשית כד, סז
- ↑ זעט רד"ק, כד, סז אז דאס איז געווען מער ווי א געווענליכע אהבה, צוליב די מעלות וואס ער האט געזען אין איר.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
- ↑ קאַפּיטל כ"ה, פסוקים כ"א–כ"ח.
- ↑ רמב"ן, בראשית כו, א.
- ↑ בראשית כו, א–יב
- ↑ קאַפּיטל כ"ז
- ↑ 18.0 18.1 ראשונים, יבמות סא, ב
- ↑ ווערט געברענגט אין רש"י, בראשית כה, כ. זעט אין גור אריה דארט, אז די פסוק פריער אין כד, טז רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד, וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה.
- ↑ ספרי אויף דברים לד, ז (פיסקא שנז).
- ↑ ספר הישר, פרשת חיי שרה
- ↑ ספר הישר, פרשת וישלח
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה ב', פסקה ב', געברענגט אין רש"י, כה, ב, ד"ה בת בתואל.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ז, געברענגט אין רש"י, כד, סז.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קל"ג, עמוד א'
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כד, טז
- ↑ מדרש הגדול אויף בראשית כד, טז