רבי ברוך מרדכי אזרחי
רבי ברוך מרדכי אזרחי (י"ט טבת ה'תרפ"ט, יאנואר 1 1929 - י"א חשוון ה'תשפ"ד, אקטאבער 26 2023) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת עטרת ישראל אין מודיעין עילית, פון די מנהיגים פון ליטווישן ציבור, א מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה און חבר נשיאות פון ועד הישיבות און פון מפעל הש"ס.
רבי ברוך מרדכי אזרחי אין תשע"ט | |
געבורט |
יאנואר 1 1929 י"ט טבת ה'תרפ"ט ירושלים, בריטישער מאנדאט ארץ ישראל |
---|---|
פטירה |
אקטאבער 26 2023 (אלט: 94) י"א חשוון ה'תשפ"ד הדסה עין כרם שפיטאל, ירושלים |
כינוי | זקן ראשי הישיבות |
מקום קבורה | הר הזיתים, ירושלים |
טעטיגקייט אָרט | ארץ ישראל |
השתייכות | ליטוואקעס |
תחומי עיסוק | ראש ישיבה |
תפקידים נוספים | מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון דגל התורה |
רבי'ס | רבי מאיר חדש, רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק |
בני דורו | רבי חיים קאניעווסקי, רבי גרשון עדלשטיין, רבי דוב לאנדא |
ספרים | ברכת מרדכי אויף תורה, ש"ס און ימים טובים |
ווייב | שולמית אזרחי |
קינדער | רבי בן ציון אזרחי |
חותנים | רבי מאיר חדש |
ביאגראפיע
רבי ברוך מרדכי איז געבוירן געווארן אין ביקור חולים שפיטאל אין ירושלים צו ישראל אזרחי (געטוישט פון "בירגער"), תלמיד פון סלאבאדקער ישיבה, און הינדא מלכה, טאכטער פון רבי ברוך שלאָם וועלכער האט געדינט אלס רב אין דרום אפריקע[1].
אלס קינד האט ער געלערנט אין תלמוד תורה יבנה און אין ישיבת תפארת צבי, און בעפאר די בר מצוה איז ער אריין לערנען אין ישיבת חברון. זייענדיג אין חברונ'ער ישיבה איז ער נאנט געווארן מיט רבי יצחק אייזיק שעהר און צו די ראשי ישיבות פון חברון, רבי אהרן כהן און רבי משה חברוני מיט וועמען ער האט געלערנט בחברותא. אין יענע תקופה איז ער אויך נתקרב געווארן צו רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און זיך באטייליגט ביי זיינע שיעורים, און לויט זיין בקשה האט ער געלערנט אין סדר קדשים מיט זיין זון רבי משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק. רבי ברוך מרדכי האט אנגעהאלטן א נאנטן ידידות מיט רבי משולם דוד אלע יארן, אנרופנדיג אים "מורי ורבי"[2], און פלעגט אים גיין באזוכן דורכאויס פופציג יאר יעדן יום טוב[3].
רבי ברוך מרדכי איז אויך געווען זייער מקורב מיטן משגיח פון ישיבת חברון, רבי מאיר חדש, און אין עלטער פון 24 יאר האט ער געהייראט זיין טאכטער שולמית. א קורצע צייט נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן איבערגעבן שיעורים אין ישיבה. אין פאראלעל, האט ער דורכאויס צוועלף יאר איבערגעגעבן א וועכנטליכע שיעור פאר די עלטערע בחורים אין ישיבת כנסת חזקיהו וואס איז אין כפר חסידים.
אין יאר ה'תשכ"ד האט ער אוועקגעשטעלט די תנועת בני תורה באוועגונג, מיטן ציל צו דערנענטערן תלמידים פון תיכון ישיבות און זיי אריינברענגען אין ליטווישע ישיבות און חרדישן ציבור. צווישן אנדערע איז אויפגעשטעלט געווארן דער "מחנה בני תורה", א זומער קעמפ וואס ברענגט צוזאמען תלמידים פון ביידע סארטן ישיבות, און אנדערע אקטיוויטעטן.
אין יאר ה'תשל"ו האט ער פארלאזט ישיבת חברון און געגרינדעט ישיבת עטרת ישראל אין די בית וגן געגנט אין ירושלים, אויפן נאמען פון זיין טאטן וועלכער איז אוועק א וואך פריער. זיין שווער האט געדינט אלס משגיח אויך אין די נייע ישיבה, און זיין ברודער רבי אורי דוד אזרחי האט געדינט אלס מנהל.
רבי ברוך מרדכי איז געווען באקאנט פאר זיין רעדנערישע טאלאנט און אייגנארטיגע הומאר[4]. זיין צוגאנג אין חינוך איז געווען מיט די שיטה פון גדלות האדם פון סלאבאדקא.
אין בית וגן האט זיך רבי ברוך מרדכי געפירט צו געבן וועכנטליכע שיעורים אין סדר קדשים, ווי אויך פלעגט ער געבן א "חבורה" יעדן פרייטאג צונאכטס, א מעמד וואס איז בארימט געווארן און האט געצויגן אסאך צוהערער. אין יאר ה'תשע"ט איז ער אריבער קיין מודיעין עילית, וואו ער האט באנייט די ישיבה.
אין כ"ו אב ה'תשע"ב איז ער אריינגענומען געווארן אלס מיטגליד אין מועצת גדולי התורה פון דגל התורה, צוזאם מיט נאך אכט אנדערע. נאך די פטירה פון רבי גרשון עדלשטיין איז ער פאררעכנט געווארן אלס איינער פון די הויפט מנהיגים פון די ליטווישע ציבור[5].
אום שבת פרשת פינחס ה'תשפ"ג איז ער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און אום י"א חשוון ה'תשפ"ד איז זיין מצב פלוצים שווערער געווארן אין ער איז אוועק אין א קורצע צייט דערנאך. צוליב זיין זונס וויילן אויסלאנד איז די לוויה פארגעקומען נאר צומארגנס, און ער איז באערדיגט געווארן אין הר הזיתים אין חלקת ישיבת חברון.
ביידי לוויה האבן מספיד געווען רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע און פריינד זיינע לערנענדיג אינאיינעם אין ישיבת חברון, רבי בערל פאווארסקי ראש ישיבת פוניבז' אויך ער א פריינד זיינע לערנענדיג אינאיינעם אין ישיבת חברון, זיין ברודער הרב יצחק אזרחי מראשי ישיבת מיר, זיין איינציג זוהן און וואס האט איבערגענומען זיין פלאץ בראשות הישיבה הרב בן ציון אזרחי, און זיינע איידעמער.
פון זיינע תלמידים
- הרב דוד כהן - ראש ישיבה פון חברונ'ער ישיבה
- הרב יצחק חיים פרץ - רב פון רעננה
- הרב יהודה דרעי - רב פון באר שבע
- הרב יוסף חברוני[6] - ראש ישיבה אין חברונ'ער ישיבה
און נאך אסאך באקאנטע.
משפחה מיטגליד
זיין ווייב שולמית האט צווישן אנדערע אויך געשריבן די בוך המשגיח - הגביע שעלה על גדותיו איבער איר פאטער רבי מאיר חדש, און זה האיש איבער דער חפץ חיים, און די בוך אשירה איבער איר אייגענעם לעבנס גשיכטע[7].
זיי האבן געהאט איין זוהן און פיר טעכטער:
- זיין זוהן הרב בן ציון, וואס האט איבער גענומען זיין פלאץ אין הויפט פון ישיבה.
- זיין איידעם חתנו הרב יהושע קאנאל, משגיח אין ישיבת עטרת ישראל לצעירים.
- זיין איידעם הרב ישעיהו הדר גלאזמן, מגיד שיעור אין ישיבה גדולה עטרת ישראל.
- זיין איידעם הרב אהרון וויינער, רב פון קריית היובל געגנט אין ירושלים.
- זיין איידעם הרב אריאל ווילאנסקי, ראש ישיבת אש התלמוד אין הר נוף געגנט אין ירושלים.
זיין ברודער הרב יצחק אזרחי איז פון ראשי הישיבה אין מירער ישיבה.
זיינע ספרים
- ברכת מרדכי - על התורה
- ברכת מרדכי - על הש"ס
- ברכת מרדכי - על המועדים
- ברכת מרדכי - על משמרת חיים.
אילן יוחסין
רבי נפתלי מנחם הוטנער | קריינע הוטנער | רבי משה מרדכי אפשטיין ראש ישיבת חברון | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי דוד חדש ר"מ בישיבת הישוב | רבי מאיר חדש משגיח ישיבת חברון | צביה חדש | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי אהרן חדש משגיח ישיבת מיר | רבי משה מרדכי חדש ראש ישיבת אור אלחנן | הרב נפתלי חדש משגיח ישיבת אור אלחנן | הרב יוסף חדש | שולמית אזרחי | רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
רבי אפרים חדש משגיח אין ישיבת מיר | רבי חיים אריה חדש ראש ישיבת אור אלחנן | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
דרויסנדע לינקס
- מידיע און בילדער איבער רבי ברוך מרדכי אזרחי אויף וויקיקאמאנס
- רשימה פון ארטיקלען פון רבי ברוך מרדכי אזרחי, אויף רמבי"ש
- א שיעור פון רבי ברוך מרדכי אזרחי, אויף "בינינו" זייטל.
- ישראל אוחיון, מיוחד: יובל ל'בני תורה' • "הרב אזרחי" אויף קול חי זייטל.
- משה וייסברג, זעט רבי ברוך מרדכי לאזט גיסן טרערן, אויף בחדרי חרדים
- שמועס פאר פרויען די געוואלדיגע כח פון א אידישע פרוי, אויף ''כולנה - 5 דקות של כח לנשים עובדות''זייטל.
- גם 'זום' לטובה, אויף המחדש זייטל.
רעפערענצן
- ↑ אן אייניקל פון רבי אורי דוד אפריון, רב פון זאגער און מחבר פון "אפריון דוד"
- ↑ צוליב די צייטן וואס זיי האבן געלערנט בחברותא, און ווייל ער האט זיך באטייליגט ביי חבורות וואס רבי משולם דוד האט געגעבן אין ישיבת חברון
- ↑ יעקב מלמד, "הקבלת פני רבו": הגרב"מ אזרחי בביקור חג אצל ראש ישיבת בריסק • צפו, אויף JDN, אקטאבער 17, 2019 (העברעאיש)
- ↑ מילתא דבדיחותא במשנת הגרב"מ אזרחי מפיו ומפי השמועה, אויף פורום לתורה
- ↑ בצל היתמות: ההנהגה המשותפת בציבור הליטאי, אויף JDN
- ↑ אייניקל פון רבי משה חברוני.
- ↑ אשירה-קולמוס הוצאה לאור.
קטגוריה:ראשי ישיבה ליטאים בישראל קטגוריה:בוגרי ישיבת חברון כנסת ישראל קטגוריה:בית וגן: רבנים קטגוריה:חברי מועצת גדולי התורה של דגל התורה קטגוריה:חברי נשיאות ועד הישיבות קטגוריה:חברי נשיאות מפעל הש"ס קטגוריה:משפחת חדש
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער