רוי:בר כוכבא

ווערסיע פון 12:54, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

בר כוכבא איז געווען דער נאמען וואס רבי עקיבא האט געגעבן צו שמעון בר כוסיבא (כוזבא) וואס האט אנגעפירט די ווידערשטאנד מיט די רוימים אין דער צייט פון נאכן חורבן בית שני.

זיין קעניגרייך

דער צענטער פון די אידן נאכן חורבן בית שני איז געווען אין ביתר, די אידן אין ביתר האבן אים אויפגענומען פאר א מלך.

עס איז נאך געבליבן פון אים מטבעות, ווי רש"י זאגט (אין מסכת ב"ק) מעות כוזביות איז געלד וואס איז געפסלט געווארן דורך דער רעגירונג ווייל עס איז פון בן כוזיבא.

זיין גרויסע שטארקייט

געווען איז דאס אין יאהר ג'תת"פ, צוויי און פופציג יאהר נאכן חורבן בית שני. איז אויפגעשטאנען דער גבור חיל, גאר א שטארקער מאן, ער האט מלחמה געהאט מיט די רוימער און גע'הרג'ט פון זיין אין די מאסן. ווי ער איז געקומען זענען די רוימער אנטלאפען.

רבי עקיבא

ווען רבי עקיבא האט דאס געזעהן איז ער זייער נתפעל געווארן און האט געזאגט אויף אים דעם פסוק: דרך כוכב מיעקב, פון יעקב קומט א שטערן דעריבער האט ער אים א נאמען געגעבן בר כוכבא. ער האט געזאגט אויף אים "היינו מלכא משיח" דאס איז דער מלך משיח אויף וואס אידן ווארטן, אין רמב"ם (סוף ספר משפטים) שטייט אז רבי עקיבא איז געווען דער נושא כלים פון בן כוזיבא דאס הייסט ער האט אים באדינט.

זיין טויט

די גמרא זאגט אז די חכמים האבן געוואלט וויסן צו ער איז טאקע משיח, האבן זיי געברענגט א משפט פאר אים און געזעהן צו ער איז מורח ודאין, דאס הייסט צו ער קען מיט זיין הרגשה מרגיש זיין ווער עס איז גערעכנט, ווייל דאס איז איינער פון די סימנים פונעם אמת'ן משיח ער איז מורח ודאין ווי עס שטייט אין פסוק ישעיה לא למראה עיניו ישפוט וכו'. ווען זיי האבן געזעהן ער קען דאס נישט האבן זיי אים גע'הרג'ט.

די מפורשים זאגן נישט די חכמים האבן אים גע'הרג'ט עס איז דאך שוין נישט געווען אין יענע צייט קיין בית דין וואס זאל דן זיין איינעם למיתה, נאר זיי האבן אים דן געווען אז עס קומט אים מיתה, און דערנאך האבן אים די רוימער גע'הרג'ט.

די גמרא פארציילט אז אין די צייט וואס אדריינוס קיסר פון רוים, האט ארוםגערונגעלט ביתר, האט רבי אליעזר המודעי געפאסט יעדן טאג און מתפלל געווען יעדן טאג אז עס זאל נישט געלונגען פאר אדדריינוס קיסר איינצונעמען די שטאט, אין די צייט האט בר כוכבא געטוהן זיינע אויסגעווענליכע שטארקייטן ווי עס שטייט אויבן, האט אדריינוס געזאגט פאר זיינע מליטער לאמיר אהיים גיין, מיר וועלן קיינמאהל קענען ביי קומען די שטארקייט פון בן כוזיבא, איז דארט געווען א כותי און האט זיך אונטערגענומען ביי קומען בן כוזיבא, ער האט געזאגט

מגילות בר כוכבא

עטליכע מגילות האָט מען געפונען אין מדבר יהודה געשריבן דורך אידן אינעם מרד. אַ פּאָר בריוו האָבן דעם גאַנצן און היסטאָרישן נאָמען פון בר-כוכבא: שמעון בר כוסבא (אָדער: כוסבה). מען האָט געפונען אויכעט אַז זיין נאָמען אויף גריכיש איז געווען Χωσιβα דורך די מגילות. דעריבער מען האָט ארויסגערעדט "כוסבא" ווי קאָסיבאַ.

  דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!