חשון

צווייטער חודש ציילנדיג פון תשרי, אכטער ציילנדיג פון ניסן
ווערסיע פון 11:37, 26 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (המשך (מער הרחבה בהמשך בעז"ה))


►► חשון ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

חשון (מרחשון אין פולן נאמען) איז דער צווייטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש חשון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אקטאבער-נאוועמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אייר אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז כסלו רוב מאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[א], און צומאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א חודש מלא; ראש חודש חשון באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' תשרי און א' חשון[1]. חודש חשון קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[2].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"[3]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"[3], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[4]. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד[5]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער מבול, וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן[6]. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די רעגנס וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש[7].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די קאנסאנאנטן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"[8]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[9].

נאטיצן

  1. אין א "שנה חסרה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 55.1% פון אלע יארן.
  2. אין א "שנה שלמה", ארום 44.9% פון אלע יארן.

רעפערענצן