פרשת חיי שרה
פרשת חַיֵּי שָׂרָה איז די פיפטע פרשה פון ספר בראשית. די פרשה גייט פון ספר בראשית, קאַפּיטל כ"ג, פסוק א', ביז קאַפּיטל כ"ה, פסוק י"ח, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען.
| |||||
פסוקים | בראשית כג, א - כה, יח | ||||
---|---|---|---|---|---|
צאל פסוקים | 105 | ||||
צאל ווערטער | 1402 | ||||
צאל אותיות | 5,314 | ||||
אינהאלט | שרה'ס פטירה און קבורה אין מערת המכפלה, אליעזר טרעפט א שידוך פאר יצחק - רבקה, אברהם הייראט קטורה סוף ימיו, יצחק און ישמעאל באערדיגן זייער פאטער נאך זיין פטירה | ||||
| |||||
הפטורה | |||||
ספרדים, אשכנזים און תימנים | מלכים א' א, א–לא | ||||
איטאליענער | מלכים א' א, א–לד |
די פרשה הייסט "חיי שרה" אויפ'ן ערשטן פסוק פון די פרשה, וואס הייבט אן דערציילן איבער די פטירה פון שרה אמינו: ”וַיִּהְיוּ חַיֵּי שָׂרָה מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים, שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה”. די פרשה שילדערט אברהם אבינו'ס באמיאונגען צו באערדיגן שרה אין מערת המכפילה נאך איר פטירה; אליעזר'ס זוכן א שידוך פאר יצחק אויפ'ן באפעל פון אברהם, דאס טרעפן רבקה פאר א כלה; אברהם'ס נעמען קטורה פאר א ווייב און זייערע אפשטאמלינגען; אברהם'ס פטירה און קבורה; ישמעאל'ס דינאסטיע.
פרשה אינהאלט
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:
הפטורה
מען ליינט די הפטורה ספר מלכים א', קאַפּיטל א' פון פסוק א'. די ספרדים, אשכנזים און תימנים ליינען ענדיגן ביי פסוק ל"א, און די אשכנזים ביז פסוק ל"ד[1]. אין די הפטורה ווערט געשילדערט די לעצטע טעג פון דוד המלך, ”וְהַמֶּלֶךְ דָּוִד זָקֵן בָּא בַּיָּמִים”, און ווי ער געבט איבער די מלוכה צו זיין שלמה המלך.
ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען אין ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"א, פסוקים ב'–כ"ב, וואס הייבט זיך אן ”הַבִּיטוּ אֶל אַבְרָהָם אֲבִיכֶם וְאֶל שָׂרָה תְּחוֹלֶלְכֶם”.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ בר-אילן, ממרא, תורת אמת פרשה, נחמה, ישיבה, תורת אמת ספר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט:
- פרשת חיי שרה, אויף שיתופתא
- פרשת חיי שרה, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת חיי שרה - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת חיי שרה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד
פארברייטערונג:
- שיעורים אויף פרשת חיי שרה אויף קול הלשון
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת חיי שרה, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת חיי שרה, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת חיי שרה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת חיי שרה אויפ'ן "על התורה" זייטל
רעפערענצן
- ↑ הפטרת חיי שרה אויפ'ן על התורה זייטל. עס ווערן געברענגט דארט נאך וואריאציעס.