רוי:ציפי ליבני

ישראלישע פאליטיקערין
ווערסיע פון 02:49, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: ישראלישע פאליטיקערין)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ציפי ליבני
פארטיי ליכוד, קדימה, די באוועגונג
פראקציע ליכוד, קדימה, די באוועגונג, ציונישער לאגער
10'טער פירער פון דער אפאזיציע
6 אפריל 20092 אפריל 2012
1 אויגוסט 20181 יאנואר 2019
16'טער אויסערן מיניסטער
18 יאנואר 200631 מערץ 2009
19'טער יוסטיץ מיניסטער
10 יאנואר 20054 מאי 2006
29 נאוועמבער 20067 פעברואר 2007
18 מערץ 20134 דעצעמבער 2014
16'טער שרת העלייה והקליטה
28 פעברואר 20034 מאי 2006
כנסת דעפוטאט
7 יוני 19993 מאי 2012
5 פעברואר 201330 אפריל 2019
כנסות ה־1518, 1920
וויכטיגע אמטן

צפורה "ציפּי" מלכה ליבני (געב' דעם 8טן יולי 1958 ; ב' תמוז ה'תשי"ט) איז געווען די אויסלאנד מיניסטערין אין ישראל און א געוועזענע פארזיצערין פון קדימה פארטיי. פאר דעם איז זי געווען א כנסת דעפוטאטין פון דער ליכוד פארטיי.

ביאגראפיע

ציפי לבני איז געבוירן געוואָרן אין תל אביב צו איתן לבני, אַן אפעראציע-אָפיציר פון אצ"ל און שפּעטער אַ ליכוד-חבר-כנסת, און צו שרה ליבני, וואָס איז געווען אַ קעמפער פון דער אצ"ל. אירע עלטערן האָבן עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין 1925.

זי האט אויפגעבויט א פארטיי פאר איר רעגירונג, וואו זי האט געוואלט זיין די פרעמיער מיניסטערין.

ביי די וואלן פון 2009, איז די קדימה פארטיי אריינגעקומען מיט די מערסטע שטימען, זייענדיק די גרעסטע פארטיי אין דעם כנסת, אבער זי האט נישט געקאנט צאמשטעלן קיין קאאליציע, אויפשצוטעלן א רעגירונג, האט דער פרעזידענט שמעון פערעס, ארויפגעלייגט אויף בנימין נתניהו, דאס פליכט פון אויפשטעלן די נייע רעגירונג.

זי איז געווען פארזיצערין פון דער קדימה פארטיי ביז ד' ניסן תשע"ב ווען קדימה האט געוויילט שאול מופז איר נייער פארזיצער.[1]

דורכאויס די וואלן פון 2015 צום כנסת, האט זי געשאפן א קאאליציע מיט יצחק הערצאג, גערופן די ציוניסטישע באוועגונג אאינגלידערינג ציפי ליבני'ס באוועגונג אין די ליסטע פון ארבעטס-פארטיי. דער שפעטערדיקער פירער פון דער פארטיי נאך הערצאג, אבי גבאי, האט אויפגעלעזט אין 2019 די קאאליציע און פארשיקט ליבני מיט איר ליסטע פון דער פארטיי. ליבני האט פרובירט שאפן פאליטישע פארבינדונגען מיט בעני גאנץ זייענדיק אומערפאלגרייך, דעריבער האט זי אום 18טן פעברואר 2019 געמאלדן, אז זי וועט זיך נישט פארמעסטן אין די וואלן און רעזיגנירט פון פאליטיק.

משפחה

זי איז געווען געהייראט צו נפתלי שפיצער; זיי האבן צוויי קינדער, עָמרי און יובל.

רעפערענצן

  1. לוי אשכנזי ביי לדעת.נעט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!