רוי:יולי 1
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | 3 | 4 | 5 | 6 | |
7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 | 13 |
14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 | 20 |
21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 | 27 |
28 | 29 | 30 | 31 | |||
קאלענדאר פאר 2024 |
דעם 1טן יולי איז דער 182סטער טאג פון יאר (183סטער אין אן עיבור־יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 183 טעג.
היסטארישע געשעענישן
- 1569 - דער לובלינער אפמאך אונטערגעשריבן וואס שטעלט אויף די פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט
- 1863 - אמעריקאנער בירגערקריג: דער געטיסבורג קאמף הייבט אן
- 1867 - פאראייניקן פון די בריטישע קאלאניעס פון נאווע סקאשע, ניו בראנזוויק און די פראווינץ פון קאנאדע אין א פעדעראציע, וואס הייבט אן דאס אפהענגיקייט פון קאנאדע
- 1881 - דער ערשטער אינטערנאציאנאלער טעלעפאן־רוף, צווישן ניו בראנזוויק, קאנאדע און מעין, פאראייניקטע שטאטן
- 1904 - די דריטע אלימפיאדע עפנט אין סאנט לואיס
- 1941 – צווייטע וועלט-מלחמה: ריגע ווערט אקופירט ביים אפעראציע בארבאראסא
- 1960 - סאמאליע באקומט זעלבשטענדיקייט פון בריטאניע און איטאליע
- 1962 – רוואנדע און בורונדי דערקלערן זייער זעלבסטשטענדיקייט
- 1991 - ווארשע פאקט ווערט אפיציעל ליקווידירט
- 1997 - בריטאניע גיט איבער די הערשאפט איבער האנג קאנג צו כינע
- 2013 - קראאטיע ווערט דער 28סטער מיטגליד אינעם אייראפעאישער פאראיין
- 2022 – יאיר לאפיד ווערט פרעמיער מיניסטער פון ישראל
געבוירן
- 1646 - גאטפריד ווילהעלם לייבניץ, דייטשער מאטעמאטיקער און פילאסאף (געש' 1716)
- 1872 - לואי בלעריא, דער ערשטער מענטש וואס האט געפליט איבער דעם ענגלישן קאנאל (געש' 1936)
- 1972 – קובי אריאלי, ישראלישער זשורנאליסט (אומגעקומען 1997)
געשטארבן
- 1974 - הואן פעראן, פרעזידענט פון ארגענטינע (געב' 1895)
- 2015 - ניקאלאס ווינטאן, בריטישער וואס האט געראטעוועט הונדערטער יידישע קינדער פון די נאציס (געב' 1909)
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: יולי 1 |