רבי אברהם יהושע העשיל
געבורט 1748
תק"ח
דזימיגראד
פטירה 24סטן אין מערץ 1825
ה' בניסן תקפ"ה
מעזעביזש
מקום קבורה מעזעביזש
וואוין אָרט דזימיגראד, קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעביזש
טעטיגקייט אָרט קאלבאסאוו, אפטא, יאסי, מעזעשביזש
ערשטער אדמו"ר פון אפטא
נוסח פון זיין מציבה
פ”נ הרב אדמו”ר אוהב ישראל מ”ה אברהם יהושע העשיל מק’ אפטא בהרב החסיד ועניו שלשלת היוחסין מ’ שמואל ז”ל. נפ’ ה’ ניסן תקפ”ה. לעת זקנותו תקע אהלו של תורה פ”ק מעזבוז ולו דומי’ תהילה ובמקום גדולתו שם ענותנותו, אשר יצוה את בניו שלא לכתוב על מצבתו שבחות. תנצב”ה.

רבי אברהם יהושע העשיל פון אפטא (ווערט אויך אנגערופן אפטא'ער רב; דער אוהב ישראל, אויפן נאמען פון זיין ספר); (תק"ח, 1748ה' בניסן תקפ"ה, 24סטן אין מערץ 1825) איז געווען א רבי, דער ערשטער אין שושלת אפטא-זינקוב (מז'יבוז') און קאפיטשניטץ.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין יאָר ה'תק"ח צו רבי שמואל, איידעם פון רבי יעקב פון טאָרטשין[1], און פון די אויסגעצייכנטע תלמידים פון רבי אלימלך פון ליזענסק. ער האט געדינט אלס רב און אדמו"ר אין קאלבאסאוו וואס איז אין גאליציע, אין אפטא וואס איז אין פוילן, אין יאסי וואס איז אין מאלדאווע, און אין מעזעביזש אין פּאָדאָליע (אוקראינע). אין זיינע לעצטע יארן איז ער געווען דער זקן האדמו"רים אין זיין דור, און זיין מיינונג איז געווען פאררעכנט ביי אלע חסידים.

דער אפטא'ער רב איז געווען פון די בארימטע רבנישע משפחות פון ביידע עלטערן, און זיין פאטער הרב שמואל וועלכער האט געדינט אלס רב פון ניישטאט, איז געווען איינער פון די חשוב'סטע רבנים פון פוילן. שוין אין די קינדער יארן האט ער ארויסגעוויזן גרויסע פעאיקייטן. ער האט געלערנט ביי רבי אלימלך פון ליזענסק, און איז געווען באקאנט אלס א גרויסער למדן אין גמרא. ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס רב פון דער שטעטל קאָלבאסאָוו אין פּוילן. אום ה'תק"ס האָט ער מסכים געווען צו ווערן באַשטימט צו ווערן רב אין אפטא. אום ה'תקס"ח איז ער פאררופן געווארן דורך דעם באַנקיר דער חסיד יחיאל דניאל צו דינען אלס רב אין יאסי, וועלכער האט אויך צוגעזאגט צו צושטעלן א הויז וואו ער וועט קענען אויפנעמען די וואס וועלן קומען לערנען תורה מיט אים.

ער האט זיך געשטעלט קעגן עטליכע דרוקן פון אנדערע חסידישע הויפן ווי פאלגנד: ער האט נישט מסכים געווען מיט די באוועגונג פון רבי צבי הירש פון זידיטשוב און איז געווען קעגן זיין איניציאטיוו איבערצודרוקן און ווידער פארשפרייטן דעם ספר הזוהר [2].
אזוי אויך האט ער זיך קעגן געשטעלט[א] די וואס האבן געוואלט דרוקן דעם ספר המשלים פון רבי נחמן מברסלב, ווייל ער האט געגלייבט אז אין די משלים זענען פארשפארט זייער טיפע סודות און אין א שפראך וואס איז שווה לכל נפש, און דעריבער, נישט פאסיג[ב][3].

אין יאר ה'תקע"ג[4], נאך וואס אין קהילה אין יאסי איז געווארן מחלוקת, און אין מעזעביזש איז דער פלאץ ליידיג געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] האט ער זיך באזעצט אין מעזעביזש וואו עס זענען געווען אסאך חסידים נעבן אים. ער האט װײטער געהאלטן קאנטאקטן מיט די חסידישע קהילות פון מאלדאװע, און איז צומאל אויך גערופן געװארן צו לײזן הלכה'דיגע פראגעס. זיין מערסטאויסגעצייכנט שטריך איז געווען זיין ליבשאפט צו אידן[מקור פארלאנגט].

ער איז אוועק ה' ניסן ה'תקפ"ה.

ער איז באערדיגט געווארן אין בית החיים אין מעזעביזש נעבן דעם בעל שם טוב אין דעם זעלבן אוהל. די חסידישע לעגענדע זאָגט, אַז מלאכים האָבן געטראָגן זײַן קערפער און באערדיגט אין בית החיים אין טבריה וואו עס איז געשטעלט געווארן אַ סימבאָלישן שטיין לכבוד אים. א בית מדרש איז געגרינדעט געווארן אין יאסי אויף זיין נאמען.

פאמיליע

באקאנטע תלמידים

זיינע ספרים

  • "אוהב ישראל" (ז'יטומיר תרכ"ה), וואס אויף דעם איז ער פאררופן געווארן דער "אוהב ישראל".
  • "תורת אמת" (לבוב תרי"א).
  • אגרות האוהב ישראל, בהוצאת מכון שפתי צדיקים, ירושלים תש"ס.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

כתביו

רעפערענצן

  1. אוועק י"ט סיון ה'תקמ"ה.
  2. דור דעה זייט רעב.
  3. א. מ. הברמן, 'קבוצי יחד', ירושלים תש"מ, זייט 134.
  4. אוהב ישראל הוצאת פאר מקדושים, תולדות, זייט 44.;תולדות האוהב ישראל, מכון שפתי צדיקים אויף אוצר החכמה זייטל.
  5. זיין אור אייניקל איז געווען רבי יחיאל מיכל מעכלאוויטש הי"ד פון בראד-קלויזנבורג.


פריערדיגער:
{{{פאריגער}}}
אדמו"רי אפטא-זינקוב קומענדיגער:
{{{נעקסטער}}}


* קטגוריה:רבנים פולנים * קטגוריה:מחברי ספרי חסידות קטגוריה:רבנים אוקראינים קטגוריה:תלמידי רבי אלימלך מליז'נסק קטגוריה:רבנים מולדובים קטגוריה:מז'יבוז': רבנים קטגוריה:רבנים גליציאנים קטגוריה:נשיאי כולל ווהלין קטגוריה:רבנים שנפטרו בחודש ניסן [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.