תשליך

ווערסיע פון 16:05, 21 סעפטעמבער 2023 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (←‏אקט: ווערט אפגערוקט ביי ניווא דריי קעפל)

תשליך איז א מנהג אין ראש השנה צו גיין צו א טייך און זאגן א תפילה וואו מען דריקט אויס ווילן צו אוועקווארפן אלע חטאים אלס חלק פון תשובה טון. דער מנהג איז צו טון תשליך דעם ערשטן טאג ראש השנה און אויך אויסשאקלען די קליידער כדי צו סימבאליש אריינווארפן די עבירות אין וואסער. דער מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז אין די ה'ק' יארן. עס זענען פארהאן וואס זענען מסמיך דעם מנהג צו די ווערטער פון מיכה: ”וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל חַטֹּאותָם”[1].

אידן ביי תשליך אום ראש השנה. א מאלעריי פון אלעקסאנדער גיירימסקי

מקור

דער מנהג פון תשליך ווערט נישט געברענגט אין די מקורות פריער ווי די שפעטע ה'ק' יארן. אין 2טער י"ה האט טערטוליאן באצייכנט אז די אידן פירן זיך אפצורעכטן א תפילה בציבור ביים בארטן אין יום כיפור, וואס מען קען דערין זען אן ענליכער מנהג. טייל פארשער האבן עס פארבינדן מיט די מצוה פון שעיר לעזאזל, אן אנדערע סימבאלישע אקט פון פארשיקן די עבירות[2].

אין די צייטן פון די גאונים איז געווען א מנהג וואס דערמאנט א צוזאמענשטעל פון תשליך מיט כפרות: ערב ראש השנה האט מען גענומען א געוויקס און עס געדרייט העכער דעם קאפ, און דערנאך האט מען עס אריין געווארפן אין א טייך.

...בתשובת הגאונים מצאתי שעושין חותלות מכפות תמרים וממלאין אותם עפר וזבל בהמה. ועשרים ושנים או חמישה עשר יום לפני ראש השנה, עושין כל אחד ואחד לשם כל קטן וקטנה שבבית. וזורעים לתוכן פול המצרי או קיטנית וקורין לו פורפיסא וצומח. ובערב ראש השנה נוטל כל אחד שלו ומחזירו סביבות ראשו שבע פעמים ואומר "זה תחת זה, וזה חליפתי, וזה תמורתי" ומשליכו לנהר.

דער היינטיגער מנהג פון תשליך האט זיך אנגעהויבן אין אשכנז, ווארשיינליך אין די ה'ק' יארן. טייל פארשער שפעקולירן אז דער מנהג איז געשאפן געווארן אין איינפלוס פון א ענליכע צערעמאניע וואס איז געווען איינגעפירט ביי די קריסטן פון קעלן אין 14'טער יארהונדערט[3]. דער מנהג ווערט נישט דערמאנט אין די ראשונים, חוץ פון דער ספר המנהגים פון רבי יצחק אייזיק פון טירנא און דער מהרי"ל:

מה שנוהגים לילך בראש השנה אחר הסעודה אצל ימים ונהרות, להשליך במצולות ים כל חטאותינו, משום דאיתא במדרש זכר לעקידה שעבר אברהם אבינו בנהר עד צוארו ואמר "הושיעה ה' כי באו מים עד נפש" והוא השטן שנעשה כמו נהר לעכב אותו מן העקידה[4].

מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט

דער מנהג איז נישט געברענגט געווארן אין שלחן ערוך, און ווי אנדערע מנהגי אשכנז איז עס צוגעלייגט געווארן דורך דער רמ"א[5]. אין די שפעטע ה'ש' יארן האט זיך דער מנהג אנגעהויבן אויסשפרייטן אויך ביי די ספרדים, מיט די השפעה פון רבי חיים וויטאל וואס האט אויסגעלויבט דעם מנהג[6]. אין די פארטוגעזישע שוהל פון אמסטערדאם, וואס מען האט אנגעהויבן בויען אין יאר ה'תל"א, געפינט זיך א וואסער גרוב, וואס איז באנוצט געווארן פאר תשליך. טייל דרינגען אויף דערפון אז דער מנהג איז שוין דאן געווען פארשפרייט צווישן די ספרדים, אבער אנדערע שלאגן אפ אז דער גרוב איז אריגינעל געבויט געווארן בלויז פאר שיינקייט.

אויך ביי די אידן פון איטאליע איז געווארן אנגענומען דער מנהג[7].

אקט

 
תשליך ביי א טייך אין גאליציע, אין יאר ה'תרס"ו בערך.

דעם ערשטן טאג פון ראש השנה נאך מנחה גייט מען צום ים אדער צו א טייך, און מען זאגט פסוקים און תפילות אלס בקשה אז די עבירות זאלן פארפאלן ווערן אין ים, באזירט אויפן פסוק ”...וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם” (מיכה ז, יט). אין טייל פון די ספרד'ישע קהילות ווערט עס אנגערופן ותשליך, און נישט תשליך, לויט ווי עס שטייט אין פסוק.

פלאץ

עס איז בעסער צו גיין צו א וואסער וואס דערין זענען פארהאן פיש[8]. דער טעם דערצו איז צו געדענקן אז מיר זענען געגליכן צו פיש וועלכע קענען פלוצלינג געכאפט ווערן דורך דעם פישער, אזוי קענען מיר פארכאפט ווערן אין נעץ פון מידת הדין[9], און די מחשבה וועט אונז מעורר זיין צו תשובה[10]. נאך א טעם איז, ווייל די פישן ווייזן אויף ברכה מיט דעם וואס עין הרע איז נישט שולט אויף זיי, און 'שיפרו וירבו כדגים'[11]. אין חמדת ימים ווערט דערמאנט נאך א סיבה, ווייל דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דינא קשיא, דעריבער גייט מען צום וואסער וואס ווייזט אויף חסדים צו ממתיק זיין צו דינא רפיא, און אויך די פיש מיט זייערע אפענע אויגן ('עינא פקיחא') צייגן אויף חסדים[12].

אין א פלאץ וואס איז נישט פארהאן קיין טייך אדער קוואל וואסער, האט מען געמאכט אן עקסטערן בור אין הויף פון שוהל, אדער איז מען ארויף צו א הויכע פלאץ וואס פון דארטן זעט מען וואסער[13]. טייל האבן זיך געפירט צו עפענען דעם קראן וואסער און דארט געזאגט תשליך, אדער קען מען עס זאגן ביי א כלי אנגעפילט מיט וואסער[14].

ביי די אידן פון קורדיסטאן איז געווען א מנהג צו אריין טאנצן אין די וואסער מיט די קליידער נאכן זאגן תשליך. טייל האבן זיך באגענוגנט מיט זאגן דעם תשליך שטייענדיג אויף פּליטן וועלכע זענען געשווימען אין טייך כאבור.

צייט

די צייט פאר תשליך איז אין ערשטן טאג ראש השנה, נאך מנחה איידער די שקיעה[15]. מען פירט זיך צו גיין אויך נאך די שקיעה, ביז ביינאכט[16]. אויב וועט מען נישט קענען גיין נאך מנחה, קען מען עס טון בעפאר מנחה[17].

אויב דער ערשטער טאג פון ראש השנה קומט אויס אום שבת, איז איינגעפירט ביי די אשכנזים, ביי די אידן פון איטאליע[7] און ביי א טייל פון די ספרדים צו אפשטופן דעם תשליך צום צווייטן טאג, כדי מען זאל נישט צוקומען צו טראגן די מחזורים אינדרויסן פון עירוב. רוב ספרדים זאגן עס אבער אויך אין אזא יאר אין ערשטן טאג.

ביי טייל חסידים איז איינגעפירט צו גיין צו תשליך אין די עשרת ימי תשובה, צווישן ראש השנה און יום כיפור, און בעיקר א טאג פאר ערב יום כיפור (אדער דעם אוונט בעפאר), וואס ווערט גערופן "שלש עשרה מדות"[18].

תפילות און מנהגים

מען פירט זיך צו זאגן די דריי פסוקים פון די ענדע פון ספר מיכה (ז, יח–כ).

מִי-אֵל כָּמוֹךָ נֹשֵׂא עָו‍ֹן וְעֹבֵר עַל-פֶּשַׁע לִשְׁאֵרִית נַחֲלָתוֹ לֹא-הֶחֱזִיק לָעַד אַפּוֹ כִּי-חָפֵץ חֶסֶד הוּא. / יָשׁוּב יְרַחֲמֵנוּ יִכְבֹּשׁ עֲו‍ֹנֹתֵינוּ וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם. / תִּתֵּן אֱמֶת לְיַעֲקֹב חֶסֶד לְאַבְרָהָם אֲשֶׁר-נִשְׁבַּעְתָּ לַאֲבֹתֵינוּ מִימֵי קֶדֶם.

לויט טייל מקורות זאל מען איבערזאגן די פסוקים דריי מאל[19]. טייל לייגן צו נאך פארשידענע פסוקים[20]. דער חיד"א האט פארפאסט א תפילה געזאגט צו זאגן דערנאך[21].

עס איז אנגענומען צו אויסשאקלען די קליידער, אלס א סימן כאילו מען ווארפט אוועק די עבירות, און מען זאל צולייגן הארץ זיך צו האלטן ריין פון יעצט און ווייטער[22]. א מענטש זאל זיך אבער נישט איינרעדן אז דערמיט קען מען פאקטיש אראפווארפן די עבירות, אן תשובה[23].

התנגדות צום מנהג

ביי א קליין חלק פון די ספרד'ישע קהילות, ווי אויך ביי רוב אידן פון תימן, איז נישט געווארן אנגענומען דער מנהג. דער ווילנער גאון איז נישט געגאנגען צו א טייך צו זאגן תשליך[24], און אזוי פירן זיך די פרושים אין ירושלים[25]. אויך רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין שרייבט אז מען זאל בעסער נישט טון דער מנהג[26], און אזוי שרייבן אויך רבי אליהו ראגאלער[27], דער אדר"ת[28], און אנדערע.

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. מיכה ז, יט
  2. מאיר י. פרת, מקורו של סדר תשליך, למרחב, סעפטעמבער 25, 1957
  3. דניאל שפרבר, מנהגי ישראל, ג. זעט דא
  4. אנדערע טעמים ווערן געברענגט אין לבוש און אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן תקפ"ג
  5. רמ"א, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ב'
  6. שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה
  7. 7.0 7.1 הלל משה סרמוניטה און אנג'לו מרדכי פיאטילי, מחזור לראש השנה כמנהג בני רומה, ירושלים תשע"ה, עמ' 175. עס ווערט דארט אבער באצייכנט אז אין די אלטע מחזורים פון דעם נוסח איז עס נישט פארהאן.
  8. ספר המנהגים (טירנא), ראש השנה; מטה משה, עמוד העבודה סי' תת"כ.
  9. הגהות מנהגים (טירנא), ראש השנה אות קל"א; מטה משה, עמוד העבודה סי' תת"כ.
  10. לבוש, אורח חיים סימן תקצ"ו
  11. דרכי משה, אורח חיים, סימן תקפ"ג
  12. חמדת הימים, ראש השנה פרק ז'
  13. יפה ללב, אורח חיים חלק ב' סימן ק"נ אות ב'; חבת ירושלים, ענין צפת.
  14. מעדני דניאל, סימן תקפ"ג
  15. שער הכוונות, הקדמה לדרושי ראש השנה; קיצור של"ה מסכת ראש השנה, הגה ד"ה ויש לילך; מטה אפרים, סימן תקצ"ח. זעט אויך מהרי"ל, הלכות ראש השנה ס"ט, אז די צייט דערצו איז נאך די סעודה
  16. מטה אפרים, סימן תקצ"ח סעיף ה'
  17. מטה אפרים, סימן תקצ"ח סעיף ז'
  18. ליקוטי מהרי"ח, תפלת מוסף דראש השנה; שער יששכר, מאמר שובה ישראל אות כ"ב.
  19. קיצור של"ה, מסכת ראש השנה ד"ה כתב הש"ע; סידור חמדת ישראל, סדר תשליך; סידור רבי אשר.
  20. סידור חמדת ישראל, סדר תשליך: תהלים קיח, ה–ט, תהלים לג, און ישעיה יא, ט.
  21. עבודת הקודש, צפורן שמיר סימן י"ב
  22. קיצור שולחן ערוך, סימן קכט, סעיף כא
  23. קיצור של"ה מסכת ראש השנה, הגה ד"ה ראו לבטל
  24. ספר מעשה רב, סעיף ר"ט
  25. זעט לוח לארץ ישראל
  26. ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תקפ"ג, סעיף ד'
  27. יד אליהו, חלק הפסקים, צוואה אות ב'
  28. אין זיין ספר תפילת דוד: ”ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים”.


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.