אייר
אייר איז דער אכטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צווייטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש אייר פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אפריל-מאי אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש חשוון אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז אייר אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג, און ראש חודש אייר באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' ניסן און א' אייר[1]. חודש אייר קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער שבת[2].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש אייר, אז די וועלכע דארפן ברענגען א פסח שני זאלן וויסן אויף ווען צו קומען[3].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השני"[4]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "חודש זיו"[5], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[6]. עס באדייט "שיין", ווייל אין דעם חודש איז דער וועלט באשיינט מיט פרישע בלומען און בליענדע ביימער[7]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף די אבות וועלכע האבן באשיינט די וועלט און זענען שוין געווען געבוירן אין דעם חודש, ווערנדיג געבוירן - לויט די שיטה - אין ניסן[8].
דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אייר" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ayyāru, וואס טראגט אויך דעם באדייט פון ליכטיגקייט אדער בליען[9]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[10].
דער נאמען דארף געשריבן ווערן אין א גט "אייר", מיט צוויי י'[11]. אזוי שטייט עס אין תרגום שני אויף מגילת אסתר[12], און אזוי זעט מען פון די חדשים בעפאר און דערנאך, וואס זייער ניקוד איז מיט חיריק און קמץ[13]. אויב האט מען עס געשריבן מיט איין י' איז עס פסול, חוץ בשעת הדחק[14]. טייל האלטן זיך צוריק פון שרייבן א גט אין אייר צוליב דעם ספק[14], און טייל זענען מחמיר צו געבן צוויי גיטין געשריבן לויט ביידע וועגן[15]. דער מנהג איז אבער איינגעפירט אויף רוב פלעצער צו שרייבן לכתחילה איין גט מיט צוויי י'[16].
אין דער גזר קאלענדאר (עב') ווערט דער חודש אנגערופן "ירח קציר שעורים"[17].
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ שמות טז, א
- ↑ מלכים א' ו, א
- ↑ יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'; מפרשים אויף מלכים א' ו, א
- ↑ ראש השנה יא, א, און רש"י
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ שולחן ערוך, אבן העזר, סימן קכ"ו, סעיף כ"ג
- ↑ ג, ז
- ↑ תרומת הדשן, סימן רל"ג
- ↑ 14.0 14.1 רמ"א, אבן העזר, סימן קכ"ו
- ↑ דרכי משה, אבן העזר, סימן קכ"ו בשם מהרי"ל
- ↑ ערוך השלחן, אבן העזר קכ"ו. זעט שדי חמד, מערכת גט סימן י"ז
- ↑ גזר קאלענדאר