►► כסלו ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית


כסלו איז דער דריטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש כסלו פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן נאוועמבער-דעצעמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די ענדע פון סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש סיון אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז כסלו רוב מאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[א], און צומאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז רוב מאל א חודש חסר און צומאל א חודש מלא; ראש חודש כסלו באשטייט דעריבער אמאל פון איין טאג, א' כסלו, און אמאל פון צוויי, מיט ל' חשוון[1]. חודש כסלו קען זיך אנהייבן אין יעדן טאג פון וואך חוץ פון שבת[2].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש כסלו, מען זאל וויסן ווען עס הייבט זיך אן חנוכה[3].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש התשיעי"[4]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "כסלו" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש Kislīmu מיט א אומקלארע באדייט[5]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[6], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בְּאַרְבָּעָה לַחֹדֶשׁ הַתְּשִׁעִי בְּכִסְלֵו”[7].

צווישן אנדערע פארשלאגן פאר די עטימאלאגיע פון דעם נאמען, ווערט שפעקולירט אז עס נעמט זיך פון דער טערמין פאר דיק און פעט, ווייל די פעלדער ווערן באגאסן מיט רעגן[8], אדער באדייט עס האפענונג, ווייל אין די צייט קוקט מען ארויס פאר רעגן[8]. אנדערע צייגן אן אויף "כסיל", א שטערן גרופע וואס שיינט בעיקר אין דעם חודש.

די פאלאשן רופן דעם חודש 'כיסלו'.

נאטיצן

  1. אין א "שנה שלמה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 74.5% פון אלע יארן.
  2. אין א "שנה חסרה", ארום 25.5% פון אלע יארן.

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ו'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. ראש השנה יח, א
  4. ירמיהו לו, ט
  5. W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
  6. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  7. זכריה ז, א. עס ווערט אויך דערמאנט א צווייטע מאל אין נחמיה א, א
  8. 8.0 8.1 ירעם נתניהו, ואלה שמותם אויף מט"ח


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען