שבט (חודש)
שבט איז דער פינפטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער עלפטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש שבט פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן יאנואר-פעברואר אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין דער סעזאן פון ווינטער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון זומער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אב אין צפון האלבקיילעך).
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז שבט אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש שבט באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' שבט[1]. חודש שבט קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[2].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "עשתי עשר חודש"[3]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "שבט" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש šabāṭu וואס באדייט עפעס וואס שמייסט, צייגנדיג אויף די ווינטן וועלכע בלאזן אין דעם חודש[4], אדער אויף די שפעטע רעגנס וועלכע קומען אראפ מיט קראפט[5]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[6], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”לְעַשְׁתֵּי עָשָׂר חֹדֶשׁ הוּא חֹדֶשׁ שְׁבָט” (זכריה א, ז).
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל דלי[7], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל דגים דער מזל פון חודש שבט.
לויט דער זוהר, איז חודש שבט קעגן שבט גד[9]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט אשר[10], אדער קעגן שבט יששכר[11], אדער קעגן שבט דן[12], אדער קעגן שבט יוסף[13], אדער קעגן שבט בנימין[14].
חודש שבט איז קעגן דעם אות צ[7].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז היו"ה[15], וואס גייט ארויס פון פסוק ”הָמֵר יְמִירֶנּוּ וְהָיָה הוּא”[16].
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "חורף", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "קור", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[17] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[18].
מנהגים
טייל שוחטים זענען געווארנט נישט צו שחט'ן קיין גאנז אין די חדשים פון טבת און שבט, חוץ אויב זיי עסן עפעס דערפון[19].
דורכאויס דעם חודש פאלן אויס די וואכן פון שובבי"ם, ווען טייל פירן זיך מיט פארשידענע סיגופים און תיקונים.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ דברים א, ג; זכריה א, ז
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ מדרש שמות החדשים, געדרוקט אין ספר תורה שלמה, כרך י-יא עמ' קעז
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ 7.0 7.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ז
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר - ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ מגלה עמוקות, פרשת בא; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
- ↑ רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, קידוש ירחים לחודש שבט; סידור בית יעקב להיעב"ץ, בעפאר סליחות לעשרה בטבת
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289 - ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
- ↑ ויקרא כז, לגִ
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב. זעט אבער רש"י, בראשית ח, כב, וואו דער סדר איז פארקערט.
- ↑ רמ"א, יורה דעה, סימן י"א, סעיף ד'