רבי יוחנן בֶּן בַּג בַּג איז געווען א תנא אין דער תקופה פון די זוגות.

בן בג בג
געבורט ג'ת"ש יארן
בני דורו בן הא הא, הלל הזקן

ביאגראפיע

בן בג בג'ס פערזענליכער נאמען איז געווען יוחנן[1], אבער כמעט שטענדיג ווערט ער גערופן בלויז "בן בג בג".

ער האט געלעבט איידער דעם חורבן פונעם צווייטן בית המקדש, אין צייט פון הלל הזקן[2]. אין גמרא ווערט געברענגט א הלכה'דיגע קארעספאנדענץ וואס ער האט אפגעהאלטן מיטן ערשטן רבי יהודה בן בתירא[1].

זיין מימרא אין פרקי אבות ווערט דערמאנט הארט איידער בן הא הא[3], און עס זענען דא וואס האלטן אז בן בג בג און בן הא הא זענען דער זעלבער[4][5]. אבער דער רמב"ם[2] און אנדערע ראשונים רעכענען זיי יא פאר צוויי באזונדערע תנאים.

לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זייערע נעמען זענען מרמז דערויף: דאס ווארט "בג" איז גימטריא ה' – דאס איז דער אות וואס איז צוגעלייגט געווארן צו די נעמען פון די ערשטע גרים, אברהם און שרה, וואס אלע גרים זענען ווי זייערע זין[6][7] (אויך איז "אברהם" פינף אותיות[8]); אזוי אויך איז "בג בג" די ראשי תיבות פון "בן גר, בן גיורת", דאס הייסט א קינד פון אברהם און שרה[4].

פארהאן וואס זאגן אז די צונעמען האט מען געגעבן כדי זיי צו אפהיטן פון מלשינים פאר דער רוימישער אימפעריע וועלכע פלעגט נאכיאגן גרים[9]. דער תוספות יום טוב שרייבט אז מען האט זיי נישט גערופן ביים נאמען וויבאלד זיי האבן נישט מאריך ימים און זענען נישט געווארן מוסמך להוראה, אזויווי מען טרעפט ביי בן עזאי[7].

מימרות

אין נאמען פון בן בג בג ווערט געברענגט אין פרקי אבות די מימרא אין אראמיש:

הֲפךְ בָּהּ וַהֲפךְ בָּהּ, דְּכֹלָּא בָהּ; וּבָהּ תֶּחֱזֵי, וְסִיב וּבְלֵה בָהּ, וּמִנָּהּ לֹא תזוּעַ, שֶׁאֵין לְךָ מִדָּה טוֹבָה הֵימֶנָּה

פּילעווע און פּילעווע אין תורה, ווייל אלץ איז אין איר; דורך איר וועסטו זען דעם אמת, און בלייב עוסק זיין אין תורה אויך אויפן עלטער, און ריר דיך נישט אוועק פון לימוד התורה צו לערנען אנדערע חכמות, ווייל ס'איז נישטא עפעס וואס פארמעסט זיך מיט דער גוטער ווערד פון תורה.

אויסער דעם ווערן געברענגט אין גמרא ברייתות מיט פארשידענע הלכות אין זיין נאמען[10].

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
אהרן הימן, "יוחנן בן בג בג", תולדות תנאים ואמוראים ב

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 קידושין י, ב
  2. 2.0 2.1 רמב"ם הקדמה לפירוש המשנה
  3. משנה, אבות ה, כב
  4. 4.0 4.1 רבי שמואל די אוזידא, מדרש שמואל אבות, ה', כ"ב, אין נאמען פון רבי יוסף ן' נחמיאש

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם זכות, ספר יוחסין, מאמר א', אות ה'
  6. תוספות, חגיגה ט, ב, ד"ה בר הי
  7. 7.0 7.1 תוספות יום טוב, אבות ה, כב

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מחזור ויטרי - מסכת אבות, סוף פרק ו'
  9. רבי שמואל די אוזידא, מדרש שמואל אבות, ה', כ"ב, אין נאמען פון רשב"ם, אין נאמען פון זיין פעטער רבי יהודה זון פונעם רא"ש
  10. עירובין כז, ב; פסחים צו, א; קידושין י, ב; בבא קמא כז, ב