סעפטעמבער

ווערסיע פון 13:14, 8 יוני 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:סעפטעמבער צו סעפטעמבער אן לאזן א ווייטערפירונג)

►► ◄◄ סעפטעמבער

א ב ג ד ה ו ש
1 2 3 4 5 6 7
8 9 10 11 12 13 14
15 16 17 18 19 20 21
22 23 24 25 26 27 28
29 30
קאלענדאר פאר 2024

סעפטעמבער איז דער ניינטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער דריטער פון פיר מאנאטן וועלכע פארמאגן דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער קומענדיגער דעצעמבער.

דורכאויס דעם מאנאט, צווישן 21 און 24 סעפטעמבער, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער הערבסט ווענדפונקט (עב'), וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת תשרי. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער פרילינג ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו מערץ אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער הערבסט אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער פרילינג אין דרום[1].

אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל בתולה צו מזל מאזניים[א].

היסטאריע

דער נאמען סעפטעמבער איז פון לאטייניש septem, זיבן. די רוימער האבן עס אזוי גערופן ווען עס איז געווען דער זיבעטער מאנאט אין א קאלענדער וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. סעפטעמבער, וואס האט דאן נאר פארמאגט 29 טעג, איז געקומען נאך Sextilis און בעפאר October. עס איז שפעטער געווארן דער ניינטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס. עס האט נאך ווייטער פארמאגט בלויז 29 טעג, ביז ווען דער יוליאנישער קאלענדאר האט עס געטוישט צו דרייסיג.

סעפטעמבער הייבט אן דעם אקאדעמישן יאר אין אסאך לענדער פון דעם צפון האלבקיילעך, ווען קינדער קערן זיך צוריק צו זייערע שולעס נאך די זומער וואקאציע.

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[2].

רעפערענצן

  1. Office, Met. "Met Office: Changing seasons". webarchive.nationalarchives.gov.uk. Archived from the original on 2009-02-25.
  2. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען