צושטעלן טעמע

שער הקהילה > מרחב טיוטה > דרעפט אריבערפירן

אריבערפירן דרעפט בלעטער

דער בלאט דינט פאר בקשות און דיסקוסיעס וועגן אריבערפירן בלעטער פונעם דרעפט געביט צום ארטיקלען געביט, און אויב פעלט אויס, אינעם פארקערטן ריכטונג.

פונקטן וואס דארפן אפט איבערגעקוקט ווערן אין דרעפט בלעטער איידער'ן אריבערפירן צום ארטיקלען געביט:

Check mark.svg ארטיקל נאמען מאכט זיכער אז די נעמען פון ארטיקלען שטומען מיט די ריכטליניעס אין בלאט המכלול:מתן שם לערך.
Check mark.svg ארטיקל וויכטיגקייט פארזיכערט אז די ארטיקלען פארנעמען זיך מיט טעמעס וואס זענען גענוג וויכטיג צו ערשיינען אין מכלול. אויב די טעמע'ס וויכטיגקייט איז נישט קלאר פון זיין אינהאלט, פארברייטערט דעם ארטיקל כדי זיין וויכטיגקייט זאל קלאר ווערן (זעט מער אין מכלול:הבהרת חשיבות).
Check mark.svg קאפירעכט פאסט אויף אז מען טאר נישט קאפירן אינהאלט פון ספרים, ביכער און אנדערע וועבזייטלעך אויף א וועג וואס פארלעצט קאפירעכטן.
Check mark.svg מכלול סטיל די אינהאלט פונעם ארטיקל דארף זיין שטומען מיט די בלעטער-אויסשטעל אנווייזונגען.
Check mark.svg מכלוליזאציע מען דארף זיכער מאכן אז עס איז נישט פארהאן קיין שום פראבלעמאטישע אינהאלט אינעם דרעפט און אז עס שטומט מיט די אספקלריה התורנית.
Check mark.svg מקורות אויב זענען דא אומוויכטיגע אדער אומבאקאנטע איינצלהייטן אין אן ארטיקל דארף דאס זיין באשטעטיגט מיט מקורות - קוקט נאך אין ספרים און ביכער אדער וועבזייטלעך וואס זאלן דינען אלץ קוואל פאר אייערע פאקטן.

נאכ'ן אריבערפירן:

Check mark.svg לינקס פון אנדערע ארטיקלען מאכט זיכער אז מען קען צוקומען צום ארטיקל פון אנדערע ארטיקלען וואס דערמאנען איר.
Check mark.svg קאטעגאריעס לייגט צו דעם ארטיקל צו פאסיגע קאטעגאריעס (זעט המכלול:קאטעגאריע)

דרעפטס אויף וועלכע עס איז באשלאסן געווארן אז זיי זענען נישט פאסיג צו אריבערגעפירט ווערן צום ארטיקלען געביט, וועלן באפאסט ווערן לויט די כללים געשריבן אין בלאט המכלול:קווים מנחים לדפי טיוטה

צולייגן נייע בקשה
דרעפט קעפל: