רבי מאיר יוסף רובין
רבי מאיר יוסף רובין (ה'תרנ"ט - ט"ו סיון ה'תש"ד), איז געווען דער דריטער קערעסטירער רבי.
געבורט |
ה'תרנ"ט בריזדאוויץ | ||
---|---|---|---|
נרצח |
ט"ו סיון ה'תש"ד (אלט: 45 בערך) אוישוויץ | ||
רבי'ס | רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער | ||
דינאסטיע | קערעסטיר | ||
|
ביאגראפיע
געבוירן אין בריזדאוויץ צום רב פון שטאט, רבי ברוך רובין[1], און צו שרה שלאמצא א טאכטער פון רבי מנחם מענדל אייכנשטיין פון זידיטשוב[2], א זון פון רבי יצחק אייזיק פון זידיטשוב.
ער האט געלערנט ביי זיין טאטע, און ביי רבי מרדכי יהודה לייב ווינקלער דער רב פון מאד, בעל "לבושי מרדכי", וואס האט אים אויך געגעבן סמיכה צו פסק'ענען.
אום ב' כסלו ה'תרע"ט האט ער חתונה געהאט צו רבקה צירל, א טאכטער פון רבי אברהם שטיינער פון קערעסטיר דער זון פון רבי ישעיה שטיינער פון קערעסטיר, וואו ער איז געזעסן אויף קעסט פאר זעקס יאר. דער זיידע רבי ישעי'לע האט זייער געשעצט דעם אייניקל, און עס ווערט פארציילט אז איידער זיין פטירה האט ער זיך איינגעשפארט מיט רבי מאיר יוסף פאר א לענגערע וויילע.
נאך די פטירה פון רבי ישעי'לע האט זיין זון רבי אברהם איבערגענומען זיין ארט, אבער בלויז צוויי און צוואנציג חדשים דערנאך איז ער אויך אוועק. בעפאר זיין פטירה האט ער מסמיך געווען זיין איידעם רבי מאיר יוסף, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי אין קערעסטיר.
רבי מאיר יוסף האט ווייטער אנגעפירט די צדקה און הכנסת אורחים אונטערנעמונגען פון זיין זיידן רבי ישעי'לע און זיין שווער רבי אברהם. ער איז געווען אויסגעצייכנט אין התמדה אין לימוד התורה, און איז באקאנט געווען אלס א פועל ישועות[3].
אום כ"ג ניסן ה'תש"ד האבן די נאציס באפוילן אז אלע אידן פון קערעסטיר זאלן זיך צוזאמנעמען אין הויף פון שטאטישן בית המדרש. אום כ"ה ניסן זענען זיי אריבערגעפירט געווארן מיט די באן צום געטא אין אוהעל, און פון דארט זענען זיי געפירט געווארן צום קאנצענטראציע לאגער אין אוישוויץ, וואו זיי זענען אומגעקומען אום ט"ו סיון. איידער זיי זענען פארטריבן געווארן פון קערעסטיר, האט רבי מאיר יוסף מסמיך געווען זיין צווייטן זון, רבי ישכר דוב, אלס ממלא מקום.
טייל פון די דברי תורה פון רבי מאיר יוסף זענען געדרוקט סוף פון ספר "שארית ברוך" פון זיין טאטע.
פאמיליע
- רבי מנחם מענדל, איידעם פון רבי ישראל פריינד דער הוניאדער רב.
- זיין ממלא מקום רבי ישכר דוב רובין, קערעסטירער רבי אין אמעריקע, איידעם פון רבי חיים מייזליש דער סארוואשער רב.
- חיה פריא, פרוי פון רבי אשר ישעיה רובין, זון פון איר פעטער רבי יעקב ישראל ישורון פון סאסרעגן.
- פריידא גיטל, פרוי פון רבי מנחם ישראל ראטענבערג פון קאסאן, וועלכער האט געוואוינט אין די בראנקס און דערנאך אין בארא פארק.
- רבי מאיר יהוסף, גרינדער פונעם חרדי'שן ישוב אין לינדען-ניו דזשערזי, איידעם פון רבי אשר ישעיה ראטטענבערג פון קאסאן בני ברק.
- רבי משה שמואל, קאסאנער רבי אין לאנדאן.
- רבי נפתלי צבי, קאסאנער רבי אין היללקרעסט-ספרינג וועלי, איידעם פון רבי משולם זלמן לייפער פון טעמשוואר.
- רבי אברהם ברוך, קאסאנער רבי אין לעיקוואד, איידעם פון רבי צבי מאיר פאנעט פון דעעש.
- רבי חיים לייביש ראטענבערג, רב און רבי אין קהילת נצח ישראל אין פארשעי געגנט אין מאנסי, איידעם פון רבי חיים שלמה ראטענבערג פון קאזעווע.
- רבי ישעיה משולם פייש, ראזלער רבי אין ביתר, איידעם פון רבי אהרן מרדכי רוטנער.
- זיין איידעם [אויסקלארונג פארלאנגט] רבי חיים שלמה ראטענבערג, פון די ברסלב'ער רבנים אין ירושלים.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אייוועלט
סוג לא תואם [ 1 ] "מאיר יוסף רובין פון קערעסטיר זיע"א הי"ד ט"ו סיון תש"ד 30622", אשכול אויף אייוועלט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יוסף יהודה לוי, אצל הרבי מקערעסטיר, למען תספרו לדור אחרון.- א היסטארישע בריוו פון רבי מאיר יוסף.
קאַטעגאָריע:ראפשיץ
קאַטעגאָריע:אונגארישע אדמורי"ם
קאַטעגאָריע:רבנים אומגעקומען אין חורבן אייראפע
קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען
רעפערענצן
- ↑ אן אייניקל פון דער אור לשמים פון אפטא, רבי אלימלך פון ליזענסק, קאזשניצער מגיד, און רבי אשר ישעיה רובין פון ראפשיץ.
- ↑ אן איידעם פון רבי חיים אברהם פון מיקאלייעוו, דער איידעם פון רבי מאיר פרעמישלאנער.
- ↑ הקדמה צו ספר דברי שמואל פון רבי שמואל זאב ראטה אב"ד אוהעל;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע פרשת גדולת מרדכי, עמוד 26.