אֶבֶן מַשְׂכִּית איז א שטיין באשטימט זיך צו ביקן דערויף. עס איז אן איסור זיך צו ביקן איבער שטיין אינדרויסן פון בית המקדש, אפילו צו השי"ת.

אבן משכית
(הויפט מקורות)
מקרא ויקרא כו, א
תלמוד בבלי
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגילה כב, ב
משנה תורה
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
ספרי מניין המצוות ספר המצוות, לאו י"ב
ספר החינוך, מצוה שמ"ט

נאמען

דער טערמין "אבן משכית", דערמאנט אין פסוק: 'וְאֶבֶן מַשְׂכִּית לֹא תִתְּנוּ בְּאַרְצְכֶם לְהִשְׁתַּחֲוֹת עָלֶיהָ'[1], ווערט געטייטשט דורך אסאך ראשונים אלס א באצירטע שטיין[2]; רש"י טייטשט עס א שטיין וואס מען האט דערמיט געפלאסטערט די ערד[3]. לויט ביידע פירושים, איז דער באדייט א שטיין וואס מען ביקט זיך דערויף[4].

דער איסור

מען טאר זיך נישט ביקן אויף אן אבן משכית אפילו צו השי"ת[5], דער איסור ווערט אויסגערעכנט דורך די ראשונים צווישן די לאוין[6].

אנדערע באנוץ, ווי שטעלן א קעסטל אויף אן אבן משכית, איז מותר[7].

לויט רוב ראשונים איז דער איסור נאר דאס ביקן זעלבסט, אבער לויט דער יראים איז מען שוין עובר פון ווען מען לייגט דעם שטיין כדי זיך צו ביקן דערויף[8]. טייל ראשונים לערנען אז אין שוהל איז אסור צו פלאסטערן די ערד מיט שטיין, ווייל דארט שטייט עס צום ביקן, אבער אינדערהיים איז עס מותר[9].

עטליכע דעות ווערן דערמאנט אין די ראשונים איבער דעם טעם פון דער איסור:

  • אזוי איז געווען דער סדר פון די עובדי עבודה זרה, צו שטעלן א שטיין בעפאר די עבודה זרה זיך צו ביקן דערויף, דעריבער איז עס געווארן גע'אסר'ט אויך פאר עבודת ה'[10].
  • צוליב חשד, ווייל עס קוקט אויס ווי ער ביקט זיך צום שטיין[11]. דעריבער האט די תורה נישט גע'אסר'ט זיך צו ביקן איבער שיינע קליידער, ווייל א קלייד איז נישט קיין שטאנדהאפטיגע זאך און א מענטש מאכט עס נישט אלס זיין געטשקע[12].
  • ווייל מען טאר נישט טון קיין זאך אויפ'ן זעלבן אופן ווי עס איז אין בית המקדש, (וואס אין בית המקדש האט מען זיך געביקט איבער ערד געפלאסטערט מיט שטיין), פונקט ווי עס איז אסור צו בויען א שטוב אויסגעשטעלט ווי דער היכל אדער נאכמאכן די מנורה[13].

לויט די ערשטע צוויי טעמים, איז מעגליך אז דער איסור ווערט גערעכנט ווי אביזרייהו פון עבודה זרה, און מען דארף זיך לאזן הרג'ענען כדי נישט עובר צו זיין דערויף[14].

דער איסור גייט אן אין יעדן ארט, אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ[15], און עס איז נאר מותר אין בית המקדש[16]. די אחרונים זענען מסופק אויב דער הר הבית איז אויך אריינגערעכנט אין דעם היתר[17].

דער שטיין

אלע געפלאסטערטע שטיינער גייען אריין אין כלל פון "אבן משכית", אויך אויב זיי זענען נישט באצירט[12]. עס איז דעריבער אסור זיך צו ביקן איבער סיי וועלכע שטיינערנע באלאטעס[18], און אפילו איבער א פאדלאגע פון בעטאן געמישט מיט קליינע שטיינדלעך[19]. ציגל הייסן נישט ווי שטיין בנוגע צו דעם איסור, ווי אין פסוק שטייט: ”וַתְּהִי לָהֶם הַלְּבֵנָה לְאָבֶן” (בראשית יא, ג)[א][20].

טייל פירן זיך נישט צו ביקן איבער סיי וועלכע געפלאסטערטע פאדלאגע, אפילו ווען עס איז פון האלצערנע ברעטער, זיך צו דערווייטערן פון איסור[21].

דאס ביקן

מן התורה איז נאר אסור ווען מען ביקט זיך "בפישוט ידים ורגלים", און מען ליגט אינגאנצן אויפ'ן שטיין[22]. אויב האט ער זיך געביקט אן פישוט ידים ורגלים, איז א מחלוקת: לויט'ן רמב"ם[23] געבט מען אים מכת מרדות, ווייל עס איז אסור מדרבנן; און לויט דער אור זרוע[24] איז אזא השתחוויה אינגאנצן מותר, אפילו מדרבנן. דער רמב"ם איז אויך מודה אז זיך ביקן זייטיג איז אינגאנצן מותר[25].

לויט די גאונים איז אסור זיך צו ביקן העכער א שטיין, אפילו ווען עס איז פארהאן א הפסק וואס טיילט אפ צווישן דעם מענטש און דאס שטיין[26]. אנדערע ראשונים נעמען אבער אן אז מיט אן הפסק צווישן דעם פנים און שטיין מעג מען זיך יא ביקן, און דעריבער פירט מען זיך אויסצושפרייטן גראזן אדער טעפיכער אין די שוהלן ווען מען ביקט זיך איבער די פאדלאגע, ווי אום יום כיפור ווען מען פאלט כורעים[27]. טייל אחרונים לערנען אז אויך די גאונים זענען מודה אז גראזן זענען מפסיק, זיי זענען נאר מחמיר ווען מען ביקט זיך דירעקט איבער די פאדלאגע, ווייל די ערד פון שטוב איז א חלק פון שטוב און הייסט נישט קיין הפסק קעגן דעם שטיין וואס ליגט פון אונטער[28].

צו ליינען מער

נאטיצן

  1. פון דעם וואס די תורה שמועסט אויס אז די בויער ביים דור הפלגה האבן גענוצט ציגל אנשטאט שטיין, זעט מען אז אין אלגעמיין איז עס נישט אין כלל.

רעפערענצן

  1. ויקרא כו, א
  2. אבן עזרא און רשב"ם, ויקרא כו, א; ספר המצוות, לאו י"ב; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  3. רש"י, ויקרא כו, א
  4. זעט תרגום אונקלוס, ויקרא כו, א: "אבן סגידא"
  5. רש"י, ויקרא כו, א; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
  6. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז', און ספר המצוות, לאו י"ב; סמ"ג לאוין מ"ג; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  7. תלמוד ירושלמי, מסכת עבודה זרה, פרק ד', הלכה א'
  8. ספר יראים השלם, סימן ש"נ
  9. מאירי, מגילה כב, ב, בשם "קצת אחרונים"
  10. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'; סמ"ג לאוין מ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב
  11. רב האי גאון, געברענגט אין אור זרוע הלכות תפלה סימן צ"ג; רמב"ן, דברים טז, כב, בשם יש אומרים; ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  12. 12.0 12.1 ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  13. רש"י, מגילה כב, ב, ד"ה לא, לויט כסף משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו', און מנחת חינוך אויף ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  14. משנת חכמים, מצוה ל"ז. זעט אויך: שאלות ותשובות שבט הלוי חלק חמישי, קונטרס המצוות סימן נ"ט
  15. ספר החינוך, מצוה שמ"ט
  16. מגילה כב, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'
  17. מנחת חינוך אויף ספר החינוך, מצוה שמ"ט;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי נח רבינוביץ, תולדות נח - ג, עמוד צ"ב

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".רמ"א, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף ח'; משנה ברורה, סימן קל"א, סעיף קטן מ"א
  19. שו"ת אבני ישפה ח"ב סי' ז

  20. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגן אברהם, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף קטן ב'
  21. מטה אפרים סימן תרכ"א, סעיף י"ד
  22. מגילה כב, ב; משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ו'
  23. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ח'
  24. הלכות תפילה סימן צ"ג
  25. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'
  26. אוצר הגאונים, ברכות סימן רכט; שאלות ותשובות הריב"ש סימן תי"ב, בשם רב שרירא גאון
  27. משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ו', הלכה ז'; מרדכי מגילה סימן תת"ז

  28. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".מגן אברהם, אורח חיים, סימן קל"א, סעיף קטן כ"ב

קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קאטעגאריע:תרי"ג מצוות קאטעגאריע:מצוות וואס גייען אן בזמן הזה קאטעגאריע:פרשת בהר קאטעגאריע:איסורי עבודה זרה קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען