רוי:רבי אברהם יעקב פרידמאן
רבי אברהם יעקב פרידמאן (כ' חשוון ה'תק"פ - י"א אלול ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא, איז געווען דער צווייטער זון פון דעם רוזשינער.
אפשטאם
רבי אברהם יעקב איז געבוירן כ' חשוון ה'תק"פ, צו זיין פאטער רבי ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון רבי אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון רבי דוב בער, דער מעזריטשער מגיד.
רבנות
נאך זיין ברודער רבי שלום יוסף'ס פטירה, י"א אלול ה'תרי"א, איז רבי אברהם יעקב געווארן דער ממלא מקום פון פאטער און ברודער, אלס רבי אין סאדיגורא.
זיין איינפלוס האט געהאט א ווייטן פארנעם, זיינע חסידים האבן זיך געציילט אין טויזנטער, צווישן זיי באקאנטע רבי'ס און רבנים. רבי אברהם יעקב איז געווען דער פרעזידענט (נשיא) פון צדקת רמבה"נ פאר גאנץ רוסלאנד, דורך זיין אינטערווענירונג האט מען אויפגעשטעלט די אלע הייזער פון כולל וואהלין אין ירושלים.
הסתלקות
נאך שבועות ה'תרמ"ג איז רבי אברהם יעקב קראנק געווארן, די דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז זיין מאגן איז איינגעטריקנט געווארן פון אזויפיל פאסטן. י"א אלול, דעם זעלבן טאג וואס זיין עלטערע ברודער איז נפטר געווארן, האט ער געזאגט דברי תורה אויף דעם פיוט "נאפד נקמה סתרו יושר", ער האט געדאוונט זיין לעצטן מעריב, און איז נפטר געווארן י"א אלול ה'תרמ"ג, ער ליגט אין סאדיגורא אין פאטער'ס אוהל.
פאמיליע
רבי אברהם יעקב האט געהייראט אין עלטער פון דרייצן יאר, י"ח סיון [1] ה'תקצ"ג אין פינסק, מרת מרים, א טאכטער פון רבי אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון רבי אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין. זייערע קינדער:
- מרת הדסה פייגא (פייגא'לע) ( - י"א תשרי ה'תרצ"ב), די רביצין פון רבי אבי עזרא זעליג שפירא (ה'תקצ"ו (אומגעפער) - י"ט מנחם אב ה'תרמ"ה), א זון פון דער שרף פון מאגלניצא.
- מרת פערל, די רביצין פון רבי מנחם נחום דוב בער פרידמאן (ה'תר"ג - כ"ז מנחם אב ה'תרמ"ג), פון סאדיגורא.
- מרת שרה רבקה ( - כ"ה סיון ה'תרמ"ז), די רביצין פון רבי ישראל שלום יוסף העשל (חשוון ה'תרי"ג - כ"ט מנחם אב ה'תרע"א), פון מעזשיביזש, א זון פון אברהם יהושע העשל, פון מעזשיביזש. זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער.
- מרת שבע רוחמה, די רביצין פון ישראל פרידמאן (י' אייר ה'תרי"ד - י"ג כסלו ה'תרצ"ד), פון טשארטקאוו.
- רבי חיים אהרן פרידמאן (ה'תרל"ג - כ"ו אלול ה'תרפ"ו).
- רבי נחום מרדכי פרידמאן (י"ז שבט ה'תרל"ד - י"ח אדר ב' ה'תש"ו), פון טשארטקאוו.
- רבי דוב בער פרידמאן (ה'תרמ"ב - כ"ד אלול ה'תרצ"ו), פון טשארטקאוו.
- מרת מרים, די רביצין פון רבי מנחם נחום פרידמאן (ה'תרל"ט - כ"א סיון ה'תרצ"ג), פון איצקאן, א זון פון רבי אברהם יהושע העשיל פרידמאן פון אדזשאד.
- מרת חוה ( - ט"ז סיון ה'תש"ג), די רביצין פון רבי צבי אריה טווערסקי (ה'תר"ן - ח"י מנחם אב ה'תשכ"ח), פון זלאטיפאל.
בזיווג שני האט רבי אברהם יעקב געהייראט מרת "גיטל", א טאכטער פון זיין ברודער רבי מנחם נחום פרידמאן פון שטעפאנעשט.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (4)
- ↑ נר ישראל בערכו, א.ל.ג. י"ז סיון
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!