רוי:רבי ישראל שלום יוסף העשל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי ישראל שלום יוסף העשל זצ"ל (חשון ה'תרי"ג - כ"ט מנחם אב ה'תרע"א), רבי אין מעזשיבוזש.

אפשטאם

רבי ישראל שלום יוסף איז געבוירן חשון ה'תרי"ג, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשל פון מעזשיבוזש, א זון פון הרב משולם זוסיא העשל פון זשינקאוו, א זון פון הרב יצחק מאיר העשל, פון זשינקאוו, א זון פון הרב אברהם יהושע העשיל, רב אין אפטא, "דער אוהב ישראל". און צו זיין מוטער מרת לאה רחל א טאכטער פון הרב רבי שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"א איז רבי ישראל שלום יוסף געווארן דער ממלא מקום פון פאטער, און איז געווען רבי אין מעזשיבוזש דרייסיג יאר.

הסתלקות

רבי ישראל שלום יוסף איז נפטר געווארן כ"ט מנחם אב ה'תרע"א, אין דוויעזשניקא לעבן וויזשניץ, און ער ליגט אין אוהל פון צמח צדיק.

פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי ישראל שלום יוסף געהייראט אלול ה'תרכ"ו מרת שרה רבקה ( - כ"ה סיון ה'תרמ"ז), א טאכטער פון זיין פעטער הרב רבי אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא. זי האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.

בזיווג שני האט ער געהייראט מרת בת שבע טרינא הי"ד א טאכטער פון הרב יעקב שמשון חאדאראוו, רב אין באהופולי. זייערע קינדער:

  • מרת לאה רחל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל פיינער פון קראקא.
  • מרת חיה מרים סימא.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!