רוי:רבי משה טייטלבוים

ווערסיע פון 12:11, 27 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{אדמו"ר" ב־"{{אדמו"ר2")
רבי משה טייטלבוים
געבורט י"ב חשוון ה'תרע"ה
סיגעט, רומעניע
פטירה כ"ו ניסן ה'תשס"ו
כינוי ברך משה
מקום קבורה קרית יואל
דינאסטיע סאטמאר
2'טער סאטמאר'ער רבי
תש"ם – תשס"ו
זיינע צוויי זין:
רבי אהרן טייטלבוים
רבי זלמן לייב טייטלבוים


רבי משה טייטלבוים (ה'תרע"ה - כ"ו ניסן ה'תשס"ו) (1914 - 2006) איז געווען דער אב"ד פון סיגעט און שפעטער געווארן סאטמארער רבי.

ער איז געווען א פלומעניק און ממלא מקום פון זיין פעטער דעם אלטן סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים וואס איז געשטארבן קינדערלאז.

לעבנסגעשיכטע

משה טייטלבוים איז געבוירן צו זיין פאטער הרב חיים צבי טייטלבוים דער "עצי חיים" און זיין מוטער ברכה סימא אין דער שטאט ראצפערט, וואס זיינע עלטערן זענען אהין אנטלאפן ביים אויסברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה און איז אויפגעצויגן געווארן אין סיגעט. אלס קינד פון 11 יאר איז ער געווארן א יתום פון טאטן און מאמען.

געווען רב פאר'ן חורבן אייראפע אין דער שטאט זענטא, יוגאָסלאַוויע.

זיין ערשטע ווייב חנה מיט דריי קינדער חנוך העניך, חיים צבי און אסתר, זענען אומגעקומען ביי דער קריג הי"ד.

נאך דעם חורבן איז ער קודם געווארן רב אין סיגעט אויף זיין טאטנס און זיין ברודער'ס שטוהל. ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט א קרוב זיינער, א אייניקל פון ייטב לב, א מלחמה איבערלעבער, פעסיל לאה טייטלבוים, אום כ"א אדר תש"ו, אין סיגעט.

ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום גדליה ה'תש"ז. עס האט אים שוין אפגעווארט א קהילה פון פיל סיגעטער תלמידים און חסידים, קהל עצי חיים סיגעט. די קהילה האט שוין פון פאראויס געהאט געקויפט א הויז צו וואוינען און פאר א בית המדרש אויף 152 יוז סטריט. דאס איז די סיגעטער שוהל ביזן היינטיגן טאג, און אויך די דירה פונעם היינטיגן סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר' אהרן טייטלבוים.

אין יאר תשכ"ה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק, ער האט זיך קודם אריינגעצויגן אויף 15'טע עוועניו און דער 49סטער גאס וואו עס איז היינט די אלכסנדר שול, שפעטער אום יאר תשל"ב האט ער באנייעט זיין נייעם ביהמ"ד אין דער 49סטער גאס.

ער איז געווען א דיין לעניני ממונות יארן לאנג, וואו ער האט קודם געהאט זיין אייגענעם בי"ד. נאכער האט ער געדינט אלץ חבר אין די בית דין פון התאחדות הרבנים און אויך א בעל מכשיר פאר מיעל מארט פלייש.

כ"ו אב תש"מ, ווען ער איז אלט געווען 66 יאר, צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמארער רבין, רבי יואל, איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס סאטמארער רבי און צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גאנצער וועלט האבן זיך מסתופף געווען ביי אים.

טעקע:Hachture reb moshe titelboum.JPG
ביי זיין הכתרה אין קרית יואל אלס סאטמארער רבי

ער איז געשטארבן 6:50 אוונט כ"ו ניסן ה'תשס"ו, (דינסטאג אפריל 25)

ער האט דערלעבט זעקס קינדער און 86 אייניקלעך און אור אייניקלך. און איין אור אור אייניקל וואס איז געבוירן אין זיין סאמען לעצטן טאג, און טויזנטער חסידים.

משפחה

זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חנה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי חנוך העניך מאיער, אן איידעם ביים קדושת יו"ט. זייערע קינדער:

  • חנוך העניך
  • חיים צבי
  • אסתר

מרת חנה מיט אירע קינדער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ, דעם צווייטן טאג שבועות ה'תש"ד.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת פעסיל לאה, א טאכטער רבי אהרן טייטלבוים פון וואלאווע, אן אייניקל פונעם ישמח משה. זייערע קינדער:

  • מרת חיה ע"ה (נפ' שבט תשנ"ג פון ראק, ווייב פון רבי דוב בעריש מייזליש (רב פון דער סאטמארער קהילה אין בארא פארק)
  • רבי אהרן טייטלבוים (סאטמארער רבי פון קרית יואל), האט געהייראט מרת סאשא, טאכטער פון רבי משה יהושע האגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
  • רבי ליפא טייטלבוים (רב פון ביהמ"ד ברך משה זענטא), האט געהייראט מרת רחל, טאכטער פון ר' יוס'ל אשכנזי משב"ק פון בעל הדברי יואל מסאטמאר זי"ע.
  • רבי זלמן לייב טייטלבוים (סאטמארער רבי פון וויליאמסבורג), האט געהייראט מרת חיה שרה, טאכטער פון רבי משה שפיטץ מביסטריץ זצ"ל.
  • רבי שלום אליעזר טייטלבוים (רב פון סאטמארער שטיבל 15טע עוועניו, בארא פארק), האט געהייראט מרת גינעענדל, טאכטער פון רבי משה אריה האלבערשטאם, נאסוידער רבי.
  • מרת ברכה סימא, אשת ר' דוד מייזליש (רב פון דער סאטמארער קהילה אין מאנטרעאל, קאנאדע).
  • מרת הענדל, אשת ר' חיים יהושע האלבערשאם (רב פון קהל ויואל משה אין מאנסי).

כ"ג תמוז תש"ע איז די רביצין פעסיל לאה נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 87 יאר. זי איז באערדיגט אינעם סאטמארער אוהל אין קרית יואל, מאנרא.

זיינע ספרים

ווען ער איז געווארן רבי פון סאטמאר איז ארויסגעקומען זיינע חידושים אין א קונטרס פארמאט מהר"ם ט"ב דורך זיינע חסידים און תלמידים וואס האבן פארשריבן זיינע תורות יעדע וואך.

ברך משה איז דער נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמארער רבי'ן ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך הר"ר נפתלי הירצקא צוויבל - חברותא פונעם רבי'ן, און סאטמארער ראש הכולל, וועלכער ער האט אים באַאויפטראגט מיט דער הייליגער ארבעט.

ערשיינונג פון די ספרים: דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנ"ה לפ"ק זייענדיג אין דער צייט ווען מרן המחבר זי"ע האט אויפגעהערט צו זאגן ש"ס תורה ברבים. חלק ב' שמות איז ערשינען בשנת תשנ"ז, חלק ג' ויקרא בשנת תשנ"ט, חלק ד' במדבר בשנת תשס"א, חלק ה' דברים בשנת תשס"ב, מועדים חלק א' ימים נוראים ערשינען בשנת תשס"ח, מועדים חלק ב' ערשינען בשנת תש"ע.

די תורה שרייבער: הר"ר שמואל הכהן פריעדמאן- משב"ק, הר"ר נפתלי הירצקא צוויבל - חברותא פונעם רבי'ן, הר"ר יעקב ווייס ראש ישיבת פאפא, הר"ר מנחם הירש

און בקרוב קומט ארויס די איבריגע חלקים אויף די מועדים און אויף סוגיות הש"ס.

על פי רוב זיינע חידושים פון פארן קריג איז פארלוירן געגאנגען ביי דער צווייטע וועלט קריג.

עס איז ארויסגעקומען א ספר מיטן נאמען מילי דמיטב.

און א הגדה ברך משה.

זיין לעבנס-געשיכטע ווערט אויספירליך באשריבן אויף די יודישע שפראך אין די ספרי "ומשה היה רועה".

מחלוקת און שווערע מערכות פון זיין הנהגה

זיין לעבן איז געווען אנגעפילט מיט צרות און רדיפות מצד א טייל פון די סאטמארער חסידים וואס האבן נישט געקענט איינשטימען אז מען נעמט אויף א צווייטן רבי אויפן פלאץ פון זיין פעטער. דאס איז אנטשטאנד געקומען אין ליכט וואס אסאך זייטיגע רבנים האבן אים נישט פארגינען דעם מלוכה שטול, און ווען דער פריערדיגער רבי האט געלעבט האבן זיי זיך נישט געוואגט צו בונטעווען. און אזוי אויך איז פאראן מענטשן וואס טענה'ן נאך ביז היינט אז קיינער קען נישט איבערנעמען דעם טראן פונעם ערשטן (און לויט זיי איינציגן) רבי'ן דער בעל דברי יואל. און וויבאלד זיי האבן פראבירט צו שטערן די הנהגה, האט דער רבי נישט געהאט קיין אנדער ברירה נאר זיי מרחק צו זיין פון דער קהילה. און פון זיי האט זיך פארמירט קהל בני יואל.

ס'איז געווען פארשידענע מערכות וואס זיי האבן געפירט מיט אים במשך די יארן: די חלב פרשה, קרית יואל סקול דיסטריקט און נאך.

אין יאר תשנ’’ט, האט דער גבאי משה פרידמאן מיט אליעזר קעסטנבוים זיך צעקריגט מיט זיין עלטסטער זון ר' אהרן. און זיי האבן טאקע אלס נקמה אויסגעניצט דעם רבי'נס שווערן געזונט צושטאנד גרויס צומאכן דעם דריטן זון וואס איז געווען ביז דאן אומבאקאנט און שטיל אן קיין שום פרסום. זיי האבן אים געברענגט פון ירושלים צו זיין רב אין וויליאמסבורג און דערנאך געמאכט אלס רבי. אזוי ארום צוריק ברענגענדיג די שונאים פון דעם טאטן זאלן זיך פאראייניגן קעגן די חסידים פון טאטן וואס זענען יא פארבליבן ביים עלטסטן זון.

טראץ דעם הערשן גרויסע מיינונגס פארשידנהייטן צווישן די בני יואל, צי מען זאל שטיצן רבי זלמן לייב אדער נישט.

ביבליאגראפיע

דרויסנדע לינקס


פריערדיגער:
הרב יואל טייטלבוים
דברי יואל
סאטמארער רבי
תש"ם - תשס"ו
קומענדיגער:
הרב אהרן טייטלבוים
הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!