רוי:יעקב ווייס

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב יעקב ווייס איז דער רב אין בית המדרש ישמח משה אינעם טשעסטנאט רידזש געגנט אין מאנסי, א גרויסער מגיד און בעל דרשן ביים היימישן ציבור און איז אויך באקאנט מיט זיינע שיעורים אויף היסטאריע און אויף די פרשה. אזוי אויך איז ער יושב ראש הנהלה רוחני מוסדות סאטמאר מאנסי.[מקור פארלאנגט]

ביאגראפיע

קודם איז ר' יענקל געווען א מנהל יארן לאנג פון דער סאטמאר ישיבה גדולה אין מאנסי בנשיאות רבי חיים יהושע האלבערשטאם גאב"ד סאטמאר מאנסי, דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלטס מנהל פון דער פאפא ישיבה גדולה אין וועסטשעסטער וואו ער האט דארטן געפירט געווען פאר ארום ניין יאר. בשנת תשע"א ווען די מתיבתא אין קרית יואל איז דורך פארשידענע זמנים און מען האט צוטיילט די מתיבתא אין עטליכע סניפים האט מען אים אויפגענומען אלס מנהל פון סניף ברך משה.

זינט זיין חתונה וואוינט רבי יעקב אין מאנסי.

ער איז דער תורה שרייבער פונעם ספר ברך משה פונעם סאטמארער רבי'ן דער בעל ברך משה, ווי ער האט שוין במשך די יארן ארויסגעגעבן 12 בענדער ברך משה, און הגדה של פסח און זמירות ברך משה.

רבי יעקב אליין האט שוין ארויס געגעבן אסאך ספרים, אלה מסעי, נאות יעקב, משכנות יעקב, רנו ליעקב (צוויי בענדער), זמירות בית יעקב, הגדה של פסח תגיד ליעקב, הקול קול יעקב.

ר' יענקל איז א זון פון הרב דוד יואל ווייס פון ירושלים בעל מחבר ספרי מגדים חדשים על ש"ס ועל התורה - 14 בענדער, ויושב ראש כולל שומרי החומות.

ער איז א איידעם ביי רבי אברהם משה קרויס, טאפאלטשאנער רב פון מאנסי, בעל יעלת חן, בן המקובל רבי שמואל קרויס בעל שפתי חן.

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!