רוי:רבי שלמה אלקבץ

ווערסיע פון 17:20, 24 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "עורך" ב־"רעדאקטאר")
רבי שלמה אלקבץ
מדינה אטאמאנישע אימפעריע (1453–1844)[[טעקע:מוסטער:פאן/אטאמאנישע אימפעריע (1453–1844)|קישור=אטאמאנישע אימפעריע (1453–1844)|גבול|22x16pxpx|אטאמאנישע אימפעריע (1453–1844)]] אטאמאנישע אימפעריע
בני דורו רבי משה קורדובירו, רבי יוסף קארו, אר"י הקדוש

רבי שלמה בן רבי משה הלוי אַלקַבֶץ (בערך ה'רס"ה - בערך ה'שמ"ד) איז געווען א מקובל און א צפת'ער פייטן. באקאנט מיט זיין פיוט לכה דודי, וועלכער איז במשך די יארן געווארן אריינגעשטעלט אין אלע סידורים. דאס מערסטע פון זיינע טעטיקייטן און ביישטייערונגען איז אויף דעם געביט פון חכמת הנסתר.

ביאגראפיע

רבי שלמה איז געווען פון א משפחה פון פארטריבענע פון שפאניע. ער איז געבוירן געווארן בערך 1505, ווארשיינליך אין סאלאניקי.[1] טייל שאַצן אז זיין פאטער איז דער דיין ר' משה אלקבץ וואס האט געוואוינט אין צפת, וועלכער איז געווען א חכם און רב אין אדריאנאפאל.

אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט אין דער ישיבה פון רבי יוסף טייטאַצאַק (מהריט"ץ) אין סאַלאָניקי. ווען ער איז געווען בערך 25 יאר אלט (אין דער געגנט פון 1530), נאכן חתונה האבן מיט דער טאכטער פון יצחק הכהן וואס איז געווען איינער פון די עשירים פון סאלאניקי, איז ער געפארן קיין אדריאנאפאל, וואו רבי יוסף קארו איז געזעסן. ער איז שוין דעמאלט געווען פאררעכנט ווי א גרויסער תלמיד חכם, און האט פארענדיגט שרייבן זיין ערשטן ספר, מנות הלוי, וואס באהאנדלט מגילת אסתר, וואס ער האט געגעבן צו זיין כלה'ס משפחה אלס נדן (צוליב זיין נעבעכדיגע פינאנציעלע לאגע). אין יענער צייט איז ער מסתמא אויך באאיינפלוסט געווארן פון רבי שלמה מולכו, וועלכער האט געוואוינט אין סאלאניקי. בעת ער איז געווען אין אַדריאַנאָפּלע, האָט ער זיך אינטענסיוו אָנגעהויבן פאַרנעמען מיט קבלה, און אין זיינע ספרים און פיוטים, וואָס זענען געשריבן געוואָרן פון יענער תּקופה און ווייטער, זעט זיך אָן אַ קבלה'ישע השפּעה. ער האָט דעמאָלט געשריבן נאָך ספרים - "בית אדני", "עבותות אהבה", "אילת אהבים" און "ברית הלוי", די לעצטע איז א פירוש אויפן דרך הסוד צו דער הגדה של פסח.

צפת איז אין יענע צייטן געווען דער צענטער פון קבלה, און ווען ער איז געווען ארום דרייסיג איז רבי שלמה געקומען אהין. ער האָט געגלויבט אַז נאָר אין ארץ ישראל ווערן אַנטפּלעקט די סודות פון קבלה. אין צפת האָט ער זיך באַשעפטיגט אין לערנען און אויך באַווירקט פּערזענליכקייטן ווי רבי משה קארדאווערא (רמ"ק) און רבי יוסף קארו, בעל השלחן ערוך. זיינע געדאנקן זענען געשריבן געווארן דורך אים אליין — ער האט געשריבן ארום צען ספרים, פון וועלכע נאר צוויי זענען פארעפנטליכט געווארן — און דורך זיינע תלמידים. דער אנהייב פון דעם מנהג פון תיקון ליל שבועות ווערט אים אויך צוגעשריבן, נאכדעם וואס ער האט געזען, אין צוזאמענארבעט מיט רבי יוסף קארו, ניסים'דיגע מחזות יענע נאכט בשעת'ן וויילן אין דער שטאט סאלאניקי. ער האט עדות געזאגט אויף דעם עקזיסטענץ פון א "מגיד מישרים" וואס איז אנטפלעקט געווארן פאר זיין חבר, דער גרעסטער פון די לעצטע פוסקים:

זיכננו בוראנו ונשמע את קול המדבר בפי החסיד נר"ו (רבי יוסף קארו), קול גדול בחיתוך אותיות, וכל השכנים היו שומעים ולא מבינים. והיה הנעימות רב והקול הולך וחזק, ונפלנו על פנינו ולא היה רוח באיש לישא עיניו ופניו לראות מרוב המורא

אויך זיינע שירים און פאעמען זענען נשפע געווארן פון דער חכמת הנסתר. די מקובלים פון צפת, אין שפיץ פונעם אר"י הקדוש, האבן ביז דעמאלט באהאנדלט נעגאַטיוו די אידישע פּאָעזיע (דיכטונג) און דיכטער ווי רבי שלמה אבן גבירול און רבי אברהם אבן עזרא, און האבן ליבערשט געהאט די פאעזיע וואס האט זיך פארבונדן צום ליכט פון קבלה, און בפרט די שירים פון הרב אלקבץ וואס 'שטימען מערסטנס מיט דעם אמת'. די דאָזיגע שטעלונג פון די מקובלים פון צפת האָט פאַרשפּרייט די פּאָעזיע פון הרב אלקבץ אין אלע תפוצות. אָבער, ווי מיט אַנדערע קבלה'ישע געדאַנקען און מנהגים, האָט רבי שלמה'ס פּאָעזיע טיילמאָל פאַרלוירן אירע מקובל'ישע וואָרצלען, און ווערט געליינט און געזונגען ביים ציבור אָן וויסן פון אירע מקורות און אָן באַהאַלטענע כוונות.

ער האט אסאך באזוכט די קברים פון צדיקים אין גליל.

רבי שלמה הייסט נאך זיין זיידע רבי שלמה אלקבץ, וועלכער איז געווען א מגיה און דרוקער. זיין פאטער ר' משה האט געהאט א ברודער וואס האט געהייסן ר' יהושע. רבי שלמה ברענגט אין זיינע ספרים פירושים אויף די פסוקי התורה אין נאמען פון זיין פעטער ר' יהושע.

רבי שלמה אלקבץ איז נפטר געווארן אין צפת, מסתמא פאר ה'שד"מ, ווייל אין א סידור וואס איז ארויס אין ווענעציע אין יענעם יאר, דער ערשטער סידור וואס האט אריינגערעכנט זיין פיוט "לכה דודי", ווערט זיין נאמען געברענגט אין צוזאמענהאנג מיט א ברכת המתים.

זיינע חיבורים

  • ברית הלוי - 19 פרקים אויף סודות יציאת מצרים, און א פירוש אויף דער הגדה של פסח.
  • מנות הלוי - פירוש על מגילת אסתר, און צום סוף דרושים, ווענעציע ה'שמ"ה
  • אילת אהבים - פירוש על שיר השירים, ווענעציע ה'שי"ב
  • שרש ישי - פירוש על מגילת רות, קונסטנטינאפאל ה'שכ"א, און שפעטער אין לובלין אין יאר ה'שנ"ז
  • בית ה' - אַ גרויס חיבור אין די חכמה פון אמת
  • בית תפילה - אלע תפילות פון די יאָר
  • לחם שלמה - אויף די תיקונים פון די מאָלצייט
  • אפריון שלמה - פירוש אויף תורה און נביאים הראשונים
  • שומר אמונים - אויף די פונדאַמענטן פון רעליגיע
  • תפילות ותחינות - אויפן דרך הסוד, צו זאגן אויף קברי צדיקים
  • נעים זמירות - פירוש אויף תהלים
  • מאמר הזוהר - פירוש קונטרס אויף דעם מאמר זוהר אין פרשת בראשית אויפן פסוק "ויעש את שני המאורות הגדולים"
  • עבותות האהבה - קבלה אויפן דרך פון אמת
  • מטתו שלשלמה - קבלה בסוד זיווג
  • דברי שלמה - פירוש אויף תרי עשר
  • לך דודי - פיוט פאר קבלת שבת

ווייטער ליינען

  • משה דוד גאון, יהודי המזרח בארץ ישראל, צווייטער טייל (ז' 87-88)
  • ברכה זק, כרם היה לשלמה, ביאליק אינסטיטוט פאַרלאַג 2018.

דרויסנדע לינקס

  • מידיע און בילדער איבער [[commons:Category:{{#property:P373}}|רבי שלמה אלקבץ]] אויף וויקיקאמאנס
  • מרדכי מרגליות (רעדאקטאר כללי), "שלמה אלקבץ", אנציקלופדיה לתולדות גדולי ישראל, תל אביב: י' צ'צ'יק, תש"ו, עמ' 1271-1270, באתר HebrewBooks
  • שלמה אלקבץ, ב"אנציקלופדיה יהודית" באתר "דעת"
  • איגרת שלמה אלקבץ על תיקון ליל שבועות מאת מור אלטשולר
  • שיר אודות רבי שלמה אלקבץ מאת זרח הלוי, באתר "היו ימים"
  • שלמה אלקבץ, באתר "Find a Grave" (באנגלית)
  • כתב יד, ברית הלוי, מוסקבה, מאה 16, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
  • כתב יד, אמרות טהורות בעשר יסודות, בודפשט, מאה 16, בפרויקט "כתיב" באתר הספרייה הלאומית
  • מידע על שלמה אלקבץ בקטלוג "מרחב" של הספרייה הלאומית
  • שלמה אלקבץ, באתר "אנו – מוזיאון העם היהודי"
  • שלמה אלקבץ, באתר "החכם היומי"
תקופת חייו של הרב רבי שלמה אלקבץ על ציר הזמן
תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים 



  1. חכמי המזרח בארץ ישראל, ח"ב, עמ' 86. ומכאן מקור לפרטים נוספים בביוגרפיה שיובאו לקמן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!