דער איד איז א אידישע צייטונג וואס ערשיינט וועכנטליך אין די פאראייניגטע שטאטן. זי איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג (1953) אלס אלגעמיין-ארטאדאקסישע צייטונג, און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך דער סאטמארער קהילה[אויסקלארונג פארלאנגט] פון רבי זלמן לייב טייטלבוים און געליינט דורך אידיש-רעדנדע אין אמעריקע און איבער דער וועלט.

Internet-news-reader.svg דער איד
פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט
פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט
סארט וואכנשריפט
גרינדער אהרן ראָזמאַרין
הויפט רעדאַַקטאָר אהרן פרידמאן
תאריכי הופעה ה'תשי"ג (1953) – הווה
שפראך יידיש
לאנד פאראייניגטע שטאטן
www.deryid.org

די צייטונג האלט זיך צו דער סאטמארער שיטה און פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-מדינת ישראל אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע.

היסטאריע

די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך דער מאדערנער דר. אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין דער מארגען זשורנאל, וואס האט זיך דאן צוזאמגעשטעלט מיט דער טאג, א צייטונג וואס פלעגט ערשיינען אויך אין שבת[1], און ראָזמאַרין האט זיך דאן אפגעזאגט פון דער קאמפאני.

רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין אמעריקע. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער אוריאל צימער.

ארום תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר[2]. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט בערל פרידמאן, ליפא פרידמאן'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין סענדער דייטש'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.

ארגינעל געווידמעט כמעט אויסשליסלעך צו רעליגיעזע נייעס, האט די צייטונג אונטער חיים משה שטויבער צוגעלייגט ברייטע דעקונג פון וועלט-געשעענישן אין תשל"ב (1972), כדי בעסער צו קאנקורירן מיט אנדערע יידישע צייטונגען פון וועמענס ציוניסטישע שטעלונגען די סאטמארער אידן זענען געשטאנען ווייט[3]. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך, ווען אין תש"פ האט עס אנגעהויבן צעשפּרייט ווערן מיטוואך, אנשטאט דאנערשטאג[4].

צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען[5].

די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען אברהם פרידמאַן, וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט 'די צייטונג' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.

זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון רבי משה טייטלבוים, רבי זלמן לייב, ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי משה פרידמאן. די חסידים פונעם ברודער, רבי אהרן, האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג 'דער בלאט'.

פאַרשפּרייטונג, כאַראַקטעריסטיק און רעדאַקציע

דער איד פאַרקויפט זיך איבער דער וועלט מיט אַ צירקולאַציע פון צענדליגע טויזנט עקזעמפּלארן[6]. די צייטונג פובליצירט אויך אַ טעגליכע אויסגאַבע אויף אימעיל, וואָס האָט, לויט איר וועבזייטל, בערך 15,000 אבאנענטן.

ווי אנגענומען אין דער חרדישער פּרעסע, אנטזאגט זיך די צייטונג פון פּובליצירן בילדער פון פרויען און צענזורירט קולטור און ספּאָרט נייעס. אויסער דעם נעמט די צייטונג א שווערע ליניע קעגן מדינת ישראל און די ציונים, און אפילו קעגן אגודת ישראל און די אנדערע חרדישע פארטייען אין מדינת ישראל. אפטמאל שרייבט עס אפילו אין א שפאטישן און סארקאסטישן סטיל קעגן אגודת ישראל און אנדערע באוועגונגען וואס עס אידענטיפיצירט אלס ציוניסטישע[7]. די צייטונג דעקט אינערליכע סכסוכים צווישן די צוויי סאטמארער הויפן[8].

אינעם צייטונג ווערט געדריקט אלע נייעס און מודעות פון אינערהאלב די סאטמארע פראקציע פון רבי זלמן לייב[9], אבער האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, ווי זיין ווילן איז[10].

אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון שלמה העלבראנץ און זיין קהילה לב טהור וואס איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א קולט[11].

דער הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג היינט איז אהרן פרידמאן, און די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך משה יודא (לייב) דייטש. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך וואָלף דייטש און זיין פאָטער שמואל אהרן, זון פון סענדער דייטש; און הערשל פרידמאַן, דער ברודער פונעם הויפט רעדאַקטאָר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.

אנדערע ביישטייערער זענען, איר הויפט רעדאקטאר ביז תשס"ז חיים משה שטויבער[12], מענדל בינער[13] און יצחק ווייס פון ירושלים[14].

קאָנטראָווערסיע

אין תשמ"ג האט די צייטונג געדריקט אן ארטיקל וואס רייסט אראפ דער ליובאוויטשער רבי. אין תשמ"ה האט דער ליובאוויטשער רבי, ביי א התוועדות, נאכ'ן אויסרעכענען א רייע טענות קעגן דעם צייטונג, אויסגערופן: "וויבאלד דאס ליינען זייערע "צייטונגען" קען פירן צו אומגעוואונטשענע רעזולטאטן - איז דאך דאס ליינען אן איסור גמור!", ער האט אבער נישט דערמאנט די צייטונג ביים נאמען[15]. אין אן אנדערע געלעגנהייט פריוואט האט דער ליובאוויטשער רבי אנגערופן דעם צייטונג "דער איד וואס איז אנקעגן מיר"[16].


קישורים חיצוניים

הערות שוליים

  1. https://www.nli.org.il/en/newspapers/dertog
  2. "בוצינא קדישא" חלק ב' דף 258. זכרונות על ידי סענדער דייטש.
  3. Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding, אויף The Forward, ‏אקטאבער 3, 2020
  4. "דער איד און דער בלאט ביים מעלדן אין די זעלבע צייט מיט'ן זעלבן נוסח אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי ערשיינען אין די געשעפטן וועכנטליך מיטוואך אנשטאט דארנעשטאג".
  5. לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 12, 2015
  6. Rose Waldman, New York’s Yiddish Press Is Thriving, אויף Tablet Magazine, ‏4 בדצמבר 2018 (ענגליש)
  7. משה ויסברג, בסאטמר הורידו דמעה על לכתו של הרב לייזרזון, אויף בחדרי חרדים, יאנואר 19, 2020
  8. יוסי שטארק, השכונה הישראלית שמציתה מלחמה בין החסידיות הגדולות בעולם, אויף בחדרי חרדים, אפריל 30, 2022
  9. החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים, אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2017;
    כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי', אויף בחדרי חרדים, פעברואר 5, 2016
  10. 'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל, אויף בחדרי חרדים, דעצעמבער 9, 2013
  11. המסע המשותף של הלברנץ וחוגי הקנאים, אויף בחדרי חרדים, יולי 12, 2017
  12. משה ויסברג, בד"ה: הפובליציסט והמנחה של סאטמר הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, מאי 4, 2020
  13. משה ויסברג, לאחר מחלה: הסופר ומשב"ק הרבי הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, אוגוסט 17, 2022
  14. הפגנת הפייק: בעל קו נייעס עוכב לחקירה; אחרים ירדו למחתרת, אויף בחדרי חרדים, נאוועמבער 29, 2017

  15. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "יום ב' דחג השבועות", תורת מנחם התוועדויות תשמ"ה ד
  16. מצמרר: כשהרבי אמר על חסיד שהוא "מבוגר", אויף חב"ד אונליין, ‏כ"ז ניסן ה׳תשע״ד (העברעאיש); יוסף אשכנזי, קונטרס בקדש פנימה (עמ' 44-45)

קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען