דער איד

ווערסיע פון 03:53, 21 אפריל 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד, פון פארשידענע פלעצער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:נישט צעמישן מיט

פאראמעטער [ אחר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:עיתון

פאראמעטער [ מייסד, סוג, תאריך ייסוד, שפה, עורך, מדינה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

Internet-news-reader.svg דער איד
תפוצה 80,000 (2018)

דער איד איז א אידישע וואכנשריפט וואס ערשיינט אין די פאראייניגטע שטאטן. עס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג (1953), און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך סאטמארער חסידים, אבער באדינט דעם גאנצן אידיש-רעדנדיגן חרדי'שן ציבור אין אמעריקע און איבער דער וועלט.

די צייטונג'ס אינהאלט האלט זיך צו די סאטמארע שיטה, און עס פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-מדינת ישראל אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע.

היסטאריע

די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין דער מארגען זשורנאל. רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין אמעריקע. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער אוריאל צימער.

ארום תשט"ו (1955)האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט בערל פרידמאן, ליפא פרידמאן'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין סענדער דייטש'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.

אין תשל"ב (1972) די צייטונג איז אפּגרעידירט געווארן דורך חיים משה שטויבער, און ער האט אנגעהויבן דעקן וועלט נייעס. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך.

די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען אברהם פרידמאַן, וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט 'די צייטונג' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.

זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון רבי משה טייטלבוים, רבי זלמן לייב, ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי משה פרידמאן. די חסידים פונעם ברודער, רבי אהרן, האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג 'דער בלאט'.

פאַרשפּרייטונג, כאַראַקטעריסטיק און רעדאַקציע

לויט דער טאַבלעט זשורנאַל, האָט דער איד אין 2018 זיך פאַרקויפט איבער דער וועלט מיט אַ צירקולאַציע פון בערך 80,000 עקזעמפּלארן. די צייטונג פובליצירט אויך אַ טעגליכע אויסגאַבע אויף אימעיל, וואָס האָט, לויט איר וועבזייטל, בערך 15,000 אבאנענטן.

ווי אנגענומען אין דער חרדישער פּרעסע, אנטזאגט זיך די צייטונג פון פּובליצירן בילדער פון פרויען און צענזורירט קולטור און ספּאָרט נייעס. אויסער דעם נעמט די צייטונג א שווערע ליניע קעגן מדינת ישראל און די ציונים, און אפילו קעגן אגודת ישראל און די אנדערע חרדישע פארטייען אין מדינת ישראל. אפטמאל שרייבט עס אפילו אין א שפאטישן און סארקאסטישן סטיל קעגן אגודת ישראל און אנדערע באוועגונגען וואס עס אידענטיפיצירט אלס ציוניסטישע. די צייטונג פלעגט דעקן אינערליכע סכסוכים צווישן די צוויי סאטמארער הויפן.

דער הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג היינט איז אהרן פרידמאן, און די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך משה יודא (לייב) דייטש. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך וואָלף דייטש און זיין פאָטער שמואל אהרן, זון פון סענדער דייטש; און הערשל פרידמאַן, דער ברודער פונעם הויפט רעדאַקטאָר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.

קאָנטראָווערסיע

אין תשמ"ג האט די צייטונג געדריקט אן ארטיקל וואס רייסט אראפ דער ליובאוויטשער רבי. אין תשמ"ה האט דער ליובאוויטשער רבי, ביי א התוועדות, נאכ'ן אראפרייסן פארשידענע מאמרים וואס איז געווען געדריקט דערין, אויסגערופן: "וויבאלד דאס ליינען זייערע "צייטונגען" קען פירן צו אומגעוואונטשענע רעזולטאטן - איז דאך דאס ליינען אן איסור גמור!", ער האט אבער נישט דערמאנט די צייטונג ביים נאמען[1]. אין אן אנדערע געלעגנהייט פריוואט האט דער ליובאוויטשער רבי אנגערופן דעם צייטונג "דער איד וואס איז אנקעגן מיר"{{הערה|מצמרר: כשהרבי אמר על חסיד שהוא "מבוגר", אויף חב"ד אונליין, ‏כ"ז ניסן ה׳תשע״ד (העברעאיש).

קישורים חיצוניים

הערות שוליים


  1. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "יום ב' דחג השבועות", תורת מנחם התוועדויות תשמ"ה ד

קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען