דרך מצְוֹתיך איז א ספר וואס איז מבאר די מצוות לויט'ן דרך החסידות. דער ספר איז געשריבן געווארן דורך דער דריטער רבי פון חב"ד, דער "צמח צדק" - רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, אין די יארן ה'תקע"ד - ה'תקפ"ח.

דרך מצותיך
שער בלאט
שער בלאט
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק)
שפת המקור לשון הקודש
סוגה ספרי חסידות
הוצאה
הוצאה דפוס א. ע. ראבינאוויץ (דפוס ראשון)
תאריך הוצאה ה'תרע"א-ה'תרע"ב (דפוס ראשון)
דרויסנדיגע לינקס
היברובוקס 16082
דער כתב יד

געבוי

דער ספר איז צוטיילט אין דריי חלקים: "טעמי המצוות", "שורש מצוות התפילה", און "מאמרים והוספות".

טעמי המצוות

דער ערשטער און עיקר חלק און ספר, איז עוסק צו מבאר זיין די טעמים פון א חלק פון די מצוות לויט תורת החסידות.

מערסטנס מאמרים גייען אויף א גאנג אז קודם ברענגט ער די מצווה ווי עס שטיט אין חינוך און רמב"ם. דערנאך ברענגט ער אראפ פון אר"י הק' און זוהר הק' וואס זיי שרייבן אויף דער מצווה. נאכדעם שרייבט ער דעם חסידיש'ן ביאור, געבויט על פי רוב אויף מאמרים פון בעל התניא. אפטמאל מאל קלארט ער אויס דער חסידישער ביאור זאל שטימען ביטן ביאור על פי נגלה פונעם רמב"ם מיטן חינוך.

שורש מצוות התפילה

א לענגערע חיבור פון 49 פרקים, וואס איז געשטעלט צו מבאר זיין דער ענין פון תפילה און קריאת שמע על פי חסידות.

רוב חלק איז ער פארנומען צו מסביר זיין פארוואס מעג מען מתפלל צום אייבערשטן און זאגן 'קל' העלף מיר, אדער 'אלוקים' העלף מיר, וכדומה. אבער מען טאר נישט זאגן ח"ו 'חסד' העלף מיר, אדער 'גבורה' העלף מיר. - אזווי עס שטייט "אליו ולא למידותיו". און איז מבאר באריכות אז 'חסד' איז נישט דער אייבישטער אליין אבער 'קל' יא. 'גבורה' נישט, אבער 'אלוקים' יא. מיט א לאנגע אריכות צו מסביר זיין וויאזוי קען זיין אז דער אייבשטער ממלא כל עלמין און מיר זעען דאס נישט.

דער ספר האט ער געשריבן 17 יאר האלט, און דער ווען דער בעל התניא האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן. עס איז דא פרטים וואס דער ספר איז גרינגער צו פארשטיין פאר די וואס זענען נישט בקי און ספרי חב"ד. - מער ווי אנדערע ספרי חב"ד.

מאמרי הצמח צדק

א ליקוט פון מאמרים בכללות אין ענינים פון חסידות פונעם "צמח צדק", אויף אסאך ענינים, ווי, דער עניין פון "תוהו ותיקון", און דער עניין פון "עשר ספירות ווי עס איז ביים איבערשטן אליין", דער עניין פון "עבודת הניסיונות", און נאך, א קיצור פון תניא, און בריוון.

הוספות

סוף ספר האט דער לעצטער רבי -רבי מנחם מנדל שניאורסון צוגעלייגט א מפתח אויף אלע מצוות וואס זענען נישט פאראן דארט קיין ביאור, און זיי ווערן מבואר און אנדערע ספרי חב"ד. א מפתח אויף אלע ספרים וואס זענען מבואר אין די מאמרים פון ספר. א מפתח אופן ספר. און תולדות פונעם מחבר.

דרוקעריי

דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין פולטבה וואס איז אין אוקראינה אין יאר ה'תרע"א פון כתב ידו פון צמח צדק, געדרוקט האבן דאס חסידים פון קאפוסט. און דערפאר האבן א חלק פון חסידי ליובאוויטש, נישט געלערנט אין דעם ספר[1]. הרב שמריהו גוראריה האט דערציילט אז אמאל האט א בחור געלערנט אינעם ספר, און ווען דער רש"ב האט דעס געזען האט ער אים דאס צוגענומען.[2]

דרויסנדיגע פאבינדונגען


הערות

  1. אין יענע צייטן נאכן פטירה פונעם צמח צדק איז צווישן חב"ד און קאפוסט געווען אביסל אומריען בנוגע ווער עס איז ממשיך דרך - און עס האט זיך געצויגן יארן לאנג
  2. המלך במסיבו ב, קה"ת, תשנ"ג, עמ' פה
  3. כרטיס מספר 79 בקטלוג הכתבי יד. במנוע חיפוש בתוצאה זו כתוב "79; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" (לא נעתק בכרטיס עצמו) | בכרטיס מספר 82, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "82; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" | בכרטיס מספר 153, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "153; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 161, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "161; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ; תרכג; ליובאוויטש" | בכרטיס מספר 171, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "171; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 211, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "211; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 218, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "218; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ"
  4. למשל מס' כרטיס 275