רבי זאב וואלף פון זבאריזש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ מקום לידה, חתימה, צאצאים, מקום פטירה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ שם השושלת, מספר צאצאים, חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי זאב וואלף פון זבאריזש
געבורט ה'תקל"א
פטירה ג' ניסן ה'תקפ"ב (אלט: 51 בערך)
כינוי רבי זאב וואלף פון זבאריזש
מדינה אוקריינע
וואוין אָרט זבאריזש
טעטיגקייט אָרט זבאריזש
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק אדמו"ר
תלמידים רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סענדער פון קאמארנא, רבי מנחם מענדיל פון קאסוב, זיין זון רבי חיים פון קאסוב, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב
ערשטער אדמו"ר

רבי בנימין זאב וואלף פון זבאריזש (-ג' ניסן ה'תקפ"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין די פריערע דורות פון חסידות, דער דריטער זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.


ביאגראפיע

מען דערציילט אז אין זיין יוגנט איז ער געווען א ווילדער, און איידער ער איז געוואָרן בר מצוה האָט זיין טאַטע גענומען פון דעם סופר די בתים פון די תפילין איידער ער האָט אין זיי אַריינגעשטעלט די פרשיות, און געלאזט גיסן דערין טרערן דאווענענדיג אויף זיין זון[1].

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, א זון פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד צו וועמען דער בעל שם טוב איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים די מצוה פון שימוש חכמים[2], און האט געוואוינט אין זבאריזש.

ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות[3], און מיט אהבת ישראל אפילו צו רשעים גמורים[4].

שלשלת החסידות

רבי וועלוועלע זבאריזשער איז געווען א תלמיד פון דער חוזה פון לובלין, און רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו.

צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי סענדער פון קאמארנא. אויך זענען געפארן צו אים אסאך צדיקים, אריינגערעכנט רבי מנחם מענדיל פון קאסוב (מיט זיין זון רבי חיים פון קאסוב), רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ און רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ (מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב).

פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן די ספרים "רזין דאורייתא" און "תפארת צבי זאב".

זיינע קינדער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ספרן של צדיקים, מערכה י"ז אות ג'
  2. מאמר מרדכי בהקדמה
  3. זיין פאטער האט געגעבן א רמז, אז זייענדיג דער דריטער פון פינף זון איז ער קעגן ספר ויקרא וואס האנדלט זיך וועגן קרבנות, וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'.
  4. סדר הדורות החדש כג:
  5. זון פון רבי ישראל, זון פון דער חוזה פון לובלין.

מוסטער:חסידויות


קטגוריה:אדמו"רי בית זלוטשוב קטגוריה:נפטרים ב-1822

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער