פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

ליידיגע פאראמעטער [ מקום לידה, חתימה, צאצאים, מקום פטירה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פאראמעטער [ שם השושלת, מספר צאצאים, חיבוריו ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

רבי זאב וואלף פון זבאריזש
געבורט ה'תקל"א
פטירה ג' ניסן ה'תקפ"ב (אלט: 51 בערך)
כינוי רבי זאב וואלף פון זבאריזש
מדינה אוקריינע
וואוין אָרט זבאריזש
טעטיגקייט אָרט זבאריזש
השתייכות חסידות
תחומי עיסוק אדמו"ר
תלמידים רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סענדער פון קאמארנא, רבי מנחם מענדיל פון קאסוב, זיין זון רבי חיים פון קאסוב, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, מיט זיין זון רבי אליעזר פון דזשיקוב
ערשטער אדמו"ר

רבי בנימין זאב וואלף פון זבאריזש (-ג' ניסן ה'תקפ"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין די פריערע דורות פון חסידות, דער דריטער זוהן פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב.


ביאגראפיע

אין זיין יוגנט איז ער געווען א שובב און איידער ער איז געוואָרן בר מצוה האָט דער טאַטע גענומען פון דעם סופר די בתים פון די תפילין איידער ער האָט אין זיי אַריינגעשטעלט די פרשיות, און געלאזט גיסן דערין טרערן, דאווענענדיג אויף זיין זון[1].

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער ​​פון רבי אשר צבי פון פאגריוויטש, זוהן פון רבי זאב ז"ק פון שארגאד, צו וועמען דער בעל שם טוב איז געפארן מקיים צו זיין ביי אים מצוות שימוש חכמים[2], און האט געוואוינט אין זבאריזש.

ער איז געווען בארימט מיט זיין תמימות[3], און אהבת ישראל אפילו צו רשעים גמורים[4].

זיין תורה

זיין תורה האט ער איינגעקויפט ביי זיינע רבי'ס דער חוזה פון לובלין, און רבי מנחם מענדל פון רימאנאוו.

ער האָט מחבר געווען די ספר "רזין דאורייתא" אזוי אויך "תפרת צבי זאב".

תלמידים

צווישן זיינע תלמידים ווערן גערעכנט רבי צבי הירש פון זידיטשוב, רבי סנדר פון קאמרנא, רבי מנחם מנדל פון קאסאוו, זיין זוהן רבי חיים פון קאסאוו, רבי צבי אלימלך שפירא פון דינעוו, רבי דוד שלמה אייבשיץ, רבי נפתלי צבי פון ראפשיץ, זיין זוהן רבי אליעזר פון דזיקוב.

זיינע קינדער

דרויסנדע לינקס


מוסטער:חסידויות

קטגוריה:אדמו"רי בית זלוטשוב קטגוריה:נפטרים ב-1822

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער
  1. ספרן של צדיקים מערכה יז אות ג.
  2. מאמר מרדכי בהקדמה.
  3. זייענדיג די דריטן קינד ביי זיין פאטער, האט ער געגעבן א רמז אז ער איז קעגן חומש ויקרא וואס באהאנדלט מיט קדשים און קרבנות, וואס ברויכן צו זיין 'תמימים'.
  4. סדר הדורות החדש כג:.
  5. זוהן פון רבי ישראל, זוהן פון דער חוזה פון לובלין.