דרך מצותיך
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ספר
פאראמעטער [ מאת ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
שער הספר | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
שפת המקור | לשון הקודש |
סוגה | ספרי חסידות |
הוצאה | |
הוצאה | דפוס א. ע. ראבינאוויץ (דפוס ראשון) |
תאריך הוצאה | תרע"א-תרע"ב (דפוס ראשון) |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 16082 |
דרך מצְוֹתיך איז א ספר וואס איז מבאר די מצוות אויף א חסידיש'ע וועג. דער ספר איז געשריבן דורך דער דריטער רבי פון חב"ד רבי מנחם מנדל שניאורסון (דער "צמח צדק"), אין די יארן תקע"ד - תקפ"ח.
גבוי
דער ספר איז צוטיילט אין דריי חלקים: "טעמי המצוות", "שורש מצוות התפילה" און "מאמרים והוספות".
טעמי המצוות
דער ערשטער און עיקר חלק און ספר, און איז עוסק צו מבאר זיין די טעמים פון די א חלק פון די מצוות אופן חסידיש'ן וועג,
רוב מאמרים זענען גייען אויף א סיסטעם אז קודם ברענגט ער די מצווה ווי עס שטיט אין חינוך מיט אין רמב"ם. דערנאך ברענגט ער אראפ פון אר"י הק' און זוהר הק' וואס זיי שרייבן אויף דער מצווה. נאכדעם שרייבט ער דעם חסידיש'ן ביאור [וואס איז געבויט עפ"י רוב אויף מאמרים פון בעל התניא]. אסאך מאל דאג'עט ער צום סוף אז דער חסידישער ביאור זאל שטימען ביטן ביאור פונעם רמב"ם מיטן חינוך,
שורש מצוות התפילה
א לאגע חיבור פון 49 פרקים, וואס איז געשטעלט צו מבאר זיין דער תפילה און קריאת שמע על פי חסידות.
רוב חלק איז ער פארנומען צו מסביר זיין פארוואס ווען מען איז מתפלל צום אייבערשטן און מען זאגט 'קל' העלף מיר, אדער 'אלוקים' העלף מיר, וכדו' איז גוט. אבער אויב מען זאגט ח"ו 'חסד' העלף מיר, 'גבורה' העלף מיר, טאר מען נישט. - אזווי עס שטייט "אליו ולא למידותיו". און איז מבער באריכות אז 'חסד' איז נישט דער אייבישטער אליין אבער 'קל' יא. 'גבורה נישט, אבער 'אלוקים' יא.
דער ספר האט ער געשריבן 17 יאר האלט און דער ווען דער בעל התניא האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן
מאמרים און הוספות
א ליקוט פון מאמרים בכללות אין חסידות פונעם "צמח צדק" אויף אסאך ענינים ווי, דער עניין פון תוהו ותיקון, און דער עניין פון "עשר ספירות ווי עס איז ביים איבערשטן אליין", דער עניין פון עבודת הניסיונות,און נאך .