רוי:בריסל

ווערסיע פון 06:56, 19 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{קאמאנסלינק}}↵" ב־"")
בריסל שטאָט
Bruxelles-Ville
Brussel-Stad
Greater coat of arms of the City of Brussels.svg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Belgium.svg בעלגיע
קאָאָרדינאַטן 50°51′N 4°21′E / 50.850°N 4.350°E / 50.850; 4.350 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
בירגערמייסטער איוואן מאיער
שטח 32.61 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאָט

166,497‏  (שטייענדיג 2013)
צייט זאָנע UTC+1
www.brussels.be

בריסל שטאָט (האלענדיש: Brussel-Stad; פראַנצויזיש: Bruxelles-Ville; דייטש: Brüssel) איז די הויפּטשטאָט פון בעלגיע, און פון פלאנדערן. די שטאט האט א שטח פון 32.61 קוואדראט ק"מ. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז געווען 144,784 אום 1טן יאנואר 2006.

זייטן סוף פונעם צווייטן וועלט קריג, איז בריסל געווארן א וויכטיגער צענטער פאר אינטערנאציאנעלער פאליטיק. די הויפט אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד געפינען זיך אין בריסל, ווי אויך די הויפטקווארטיר פון דער נארד אטלאנטיק אפמאך ארגאניזאציע (NATO). בריסל איז געווארן א פילשפראכיגע היים פון אסאך אינטערנאציאנעלע ארגאניזאציעס, פאליטיקער, דיפלאמאטן און ציוויל־דינער.[1]

בריסל איז דער גאסטגעבער פון די הויפט פאליטישע אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד.[2] דער אייראפעישער פארבאנד האט נישט קיין אפיציעלן הויפטשטאט, אבער דער אפמאך פון אמסטערדאם שענקט בריסל מיטן זיץ פון דער אייראפעאישע קאמיסיע.

טראנספארט

בריסל שטאָט האט דריי הויפט באן סטאנציעס: בריסל מידי (די גרעסטע באן סטאנציע אין בעלגיע), צענטראל און צפון. צווישן מידי און צפון סטאנציעס פארן מער ווי 1,000 באנען יעדן טאג. בריסל מידי האט גיכע פארבינדונגען קיין לאנדאן דורכן קאנאל טונעל מיט אייראסטאר (1 שעה 51 מינוט); קיין אמסטערדאם מיטן Fyra; קיין אמסטערדאם, פאריז (1 שעה 25 מינוט) און קעלן מיטן Thalys; און קיין קעלן מיטן דייטשן צווישנשטעט עקספרעס.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. BBC NEWS | Europe | Country profiles | Country profile: Belgium
  2. Demey, Thierry (2007). Brussels, capital of Europe. S. Strange (trans.). Brussels: Badeaux. ISBN 2-9600414-2-9.


  דער ארטיקל בנוגע געאגראפיע פון אייראפע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!