רוי:דעזש

ווערסיע פון 07:30, 13 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")

47°05′14″N 23°48′19″E / 47.08722°N 23.80528°E / 47.08722; 23.80528 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט דעזש (רומעניש: Dej; אונגאַריש: Dés; דייטש: Desch, Burglos) איז א שטאט אין זיבנבורגן, צפון-מערב רומעניע, 60 ק"מ צפון פון קלויזענבורג, אין קלוזש פראווינץ. זי געפינט זיך וואו דער סאָמעשול מיטש טייך טרעפט אן דעם סאָמעשול מארע טייך. די שטאט געפינט זיך ביי א וויכטיגן שניידוועג פון באנען און שאסייען וואס באהעפטן צו קלויזנבורג, באיא-מארע, סאטמאר, דעדא, ביסטריץ און וואטרא דארניי.

היסטאריע

דעזש איז אן אלטע זאלץ גראבן שטאט געבויט אויף בערגישער ערד. די ערשטע דאקומענטן וואס דערמאנען די שטאט גייען צוריק ביז די יארן 1061 און 1214. שוין אין רוימישע צייטן האט מען געפינען אין דעם ראיאן גרויסע זאפאסן פון זאלץ. די דעזש פעסטונג האט מען געבויט צווישן 1214 און 1235.

פון 1876 ביז 1920 איז דעזש געווען די הויפטשטאט פון סזאלנאק-דאבאקא פראווינץ; פון 1920 ביז 1940, די הויפטשטאט פון סאָמעש פראווינץ.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!