רוי:זיבנבערגן
זיבנגערגן, זימבערגן אדער טראַנסילוואַניע (רומעניש: Transilvania אדער Ardeal; אונגאַריש: Erdély; דייטש: Siebenbürgen; בולגאַריש: Трансилвания; סערביש: Трансилванија / Transilvanija אדער Ердељ / Erdelj); טערקיש: Erdel; סלאוואקיש: Sedmohradsko אדער Transylvánia; פּויליש: Siedmiogród) איז א היסטארישער ראיאן אין דעם צענטער און מערב פון רומעניע.
די הויפשטאט פון זיבנבערגן איז קלויזנבערג. אנדערע גרויסע שטעט זענען טעמעשוואר, בראשאוו און גרויסווארדיין.
מקור פונעם נאמען
דער נאמען זיבנבערגן איז טייטש "זיבן פעסטונגען" וואס איז שייך די זיבן שטעט וואס די טראַנסילוואנער זאקסאנען האבן אויפגעשטעלט. דער נאמען טראַנסילוואניע איז טייטש "הינטער דעם וואלד". דער רומענישער נאמען "ארדעאל" שטאמט פון אונגארישן Erdély (ערדעל) וואס איז אויך טייטש "הינטער דעם וואלד".
היסטאריע
ביז צו דער ערשטער וועלט מלחמה האט זיבנבערגן געהערט צום אונגארישן קעניגרייך אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע. נאך דער מלחמה איז זיבנבערגן געווארן א טייל פון רומעניע. ווערנט דער צווייטער וועלט מלחמה איז זיבנבערגן געווארן א טייל פון אונגארן, אבער דערנאך איז ער צוריק צו רומעניע.
געאגראפיע
זיבנבערגן שליסט איין די דיסטריקטן מארמאראש (Maramureş), באנאט (Banat), קרישאנא (Crişana) און ארדעאל. זיבנבערגן האט גרעניצן מיט אוקראינע אין צפון, אונגארן אין מערב, און סערביע אין דרום מערב. זי שטייט אויף א פלאטא הויך 300 - 500 מעטער אין די קארפאטן.
אידישע היסטאריע
פארן חורבן אייראפע, האבן געוואוינט אין זיבנבערגן 200,000 אידן. די דרום טייל פון זיבנבערגן, איז געווען אונטער רומעניע, די צפון טייל אונטער אונגארן, אין 1944 איז דער צפון טייל אריבער צו רומעניע.
די 40,000 אידן, וואס האבן געוואוינט אויף דער רומענישער זייט, זענען געראטעוועט געווארן, פון פיזישע אומקום, אזוי ווי סמערהייט רומענישע אידן, אבער האבן געהאט אויסצושטיין ביטערע צרות, ווי צוואנגס ארבעט, רויבערייען, און אנדערע צרות, אין די זומער 1941, זענען די אידן פון די דרום, קאנצעטרירט געווארן אין די גרויסע שטעט, און אין געטאס.
אויפן צפון טייל פון זיבנבערגן, וואס האט געהאט ארום 165,000 אידן, האבן זיך די צרות אנגעפאנגען 1944, נאכן דייטשןס אריינקומען אין אונגארן, זיי זענען געווען די ערשטע, פארשיקט צו ווערן אויף אוישוויץ, אין מאי יענע יאר, זענען אלע אידן פון צפון טייל געווען אין געטאס, דורך אונגארישע זשאנדארן, און די רעגירונג, נאך עטליכע וואכן זענען 132,000 אידן שוין געווען אין אוישוויץ, אין יוני יענע יאר, זענען שוין נישט געווען קיין אידן אין גאנץ צפון זיבנבערגן, א טייל פון די אידן, איז געלונגען צו אריבערגיין צום דרום טייל, און אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!