רבי חיים ברים

ווערסיע פון 20:57, 12 מערץ 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (פרייע איבערזעצונג (מינדערע טוישונגען))

רבי אברהם חיים ברים (תרפ"ב - כ"ו אדר תשס"ב) איז געווען א ירושלימ'ער רב און ראש ישיבה, א באיאנער חסיד און א תלמיד פונעם חזון איש.

רבי חיים ברים
מוסטער:תמונה להחלפה
קברו בהר הזיתים

ביאגראפיע

געבוירן אין אלטשטאט ירושלים צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד און אפשטאמיגער פון א גאליציאנער משפחה פון צאנזער חסידים, וועלכע איז גערופן געווארן אויפן נאמען פונעם שטאם-פאטער רבי יצחק מאיר קלאגסברוין (ברי"מ: בני רבי יצחק מרדכי)[1]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה "עץ חיים", וואו ער איז באקאנט געווארן אלס עילוי און נאנט געווארן מיטן ראש ישיבה, רבי איסר זלמן מלצר. אלס בחור, האט ער שבת געלערנט בחברותא מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך, וועלכער איז דאן געווען א יונגערמאן און שפעטער בארימט געווארן אלס איינער פון די פוסקי הדור.

ער האט חתונה געהאט מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון רבי ישראל טויסיג. נאך זיין חתונה, האט אים זיין חבר, רבי אברהם יעקב וויינער פארבינדן מיטן זיין רבי'ן, רבי אברהם ישעיהו קרליץ, און פון דאן איז רבי חיים געווארן זיין תלמיד. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די חידושים פונעם חזון איש. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער גונז געווען אלע זיינע שריפטן וואס זענען געשריבן געווארן אויפן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.

זיין ערשטע תורה'דיגע פאזיציע איז געווען דאס דינען אלס שואל ומשיב אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, דארט איז ער נאנט געווארן מיט רבי יחזקאל אברמסקי; שפעטער, האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין "ישיבת רוזי'ן" אין בני ברק; דערנאך אלס ראש ישיבה פון "ישיבת אוהל יעקב" אין בני ברק, "ישיבת לפלגות ראובן" אין ירושלים און "ישיבת פורת יוסף" אין ירושלים. שפעטער[אויסקלארונג פארלאנגט] איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס ראש ישיבה אין דער סקווירער ישיבה אין שיכון סקווירא, ביז יאר תשל"ח, ווען ער האט מוותר געווען אויף זיין פאזיציע לטובת רבי דוב מאיר קרויזער און איבערגענומען רבי דוב מאיר'ס אמט אלס פרעשבורגער ראש ישיבה אין ירושלים. דערנאך האט ער געדינט אלס ראש ישיבה פון ישיבת משכן יוסף.

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, כ"ו אדר תשס"ב, און באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים.

זיין פאמיליע

זיין ברודער איז געווען רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת תפארת ישראל - רוז'ין. נאך א ברודער איז געווען רבי משה ברים, דער פאטער פון של רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת בוהוש. זיין זון, רבי מרדכי איז א באקאנטער מתמיד. זיין איידעם, רבי מרדכי שלמה שטיינמעץ, איז דער וויזשניצער רב אין הר נוף. זיין טאכטער, אסתר, האט חתונה געהאט מיט רבי משה אלישיב, זון פון רבי יוסף שלום אלישיב.

ליינט מער

  • ישראל ברים, שנות חיים: תולדות חייו של הגה"צ רבי אברהם חיים ברים זצוק"ל, ירושלים, תשס"ח (צוויי בענדער)

דרויסנדע לינקען

רעפערענצן

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער
  1. ער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין משפחה און געווען געצוואונגען זיך צוריקצוקערן קיין חוץ לארץ צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן. זיין פאטער, רבי דוד קלאגסברוין ליגט אויפן הר הזיתים.