אחשוורוש איז דער קעניג פון די פערסישע אימפעריע אין וועמענס צייטן די געשיכטע פון מגילת אסתר איז פארגעקומען, און פון וועלכע ער איז א צענטראלע פיגור. ער האט געקעניגט פאר 14 יאר, פון שנת ג'שצ"ב ביז שנת ג'ת"ו, איבער א גרויס טייל פון דער וועלט, פארמאגנדיג א גרויסער רייכטום. ער ווערט געשילדערט אלס איינגעזינקען אין תאוות און אומסטאביל, און חז"ל זאגן אז ער איז געווען א שונא ישראל.

לגבי זיין היסטארישע אידענטיטעט איז היבש אנגענומען אז ער איז חשיארש דער ערשטער, אינדערצייט וואס יוסיפון זעט אין אים ארתחששתא דער ערשטער, און דערצו זענען פארהאן נאך מיינוגען.

זיין אפשטאם

פארשידענע שיטות זענען פארהאן לגבי אחשוורוש'ס אפשטאם; ווער זיינע עלטערן זענען געווען, און צי ער איז בכלל געווען פון די קעניגליכע פאמיליע.

אין די גמרא דרש'נט רב אויף דאס ווארט "המולך" – "שמלך מעצמו", ער האט פון זיך אליין געקעניגט און נישט אלץ דער ריכטיגע יורש, לכאורה ווייל ער איז נישט געווען פון די קעניגליכע דינאסטיע[1]. אזוי אויך פארציילט די גמרא אז ושתי האט אנגערופן אחשוורוש'ן "בר אהורייריה דאבא"[2], וואס רש"י טייטשט "דעם טאטן'ס פערד היטער'ס זון", און דער פירוש המיוחס להרמב"ם טייטשט "דער טאטן'ס מיסט קערער'ס זון".

ווידעראום, אין תרגום שני[3] און אין נאך מדרשים[4] ווערט געברענגט אז ער איז יא געווען פון די קעניגליכע פאמיליע, א זון פון דריווש המדי. אין ילקוט שמעוני[5] ווערט דערציילט אז כורש און דריווש האבן איינגענומען בבל ווען בלשאצר געהאלטן אינמיטן זיין גרויסע סעודה, און דריווש האט זיך געזעצט אויף בלשאצרס פלאץ. ושתי, וואס איז דאן געווען א יונג מיידל, האט געמיינט אז דאס איז איר פאטער בלשאצר, און אריינגעלאפן צו זיין שויס. ער האט אויף איר רחמנות באקומען און פארהייראט צו זיין זון אחשוורוש.

נאך א דעה ווערט געברענגט אין מנות הלוי[6] בשם "תרגום רבה דירושלמי" אויף מגילת אסתר, אז אחשוורוש איז געווען א זון פון כורש.

קעניגרייך

אחשוורוש איז נישט געווען דער ריכטיגע יורש צום טראן, אדער ווייל ער איז נישט געווען פון דער קעניגליכע משפחה, אדער ווייל די אפמאך צווישן פרס ומדי האט געלויטעט אז נאך כורש פון פרס דארף קעניגן איינער פון מדי[4]. אין די גמרא איז דא צוויי וועגן וויאזוי ער האט געקומען צו טראן, אדער אז ער האט דעם קעניגרייך געקויפט מיט געלט; אדער ווייל קיין פאסיגער ווי אים צו קעניגן איז נישט געווען[7]. ער האט זיך אויך באניצט מיט פארשידענע טאקטיקן אונטערצודריקן זיינע קעגנער[8].

ווען אחשוורש האט אנגעהויבן קעניגן איז גער קעניגרייך געווען א קליינע, און ער האט צובסילעך איינגענומען מער און מער לענדער ביז ער האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט[9], 127 מדינות. אין מדרש ווערן געברענגט טייל פון זיינע סטראטעגיעס: ער פלעגט ניצן די מיליטער פון די איינגענומענע לענדער איינצונעמען נאך, און ער האט איינגענומען ווייטע לענדער ארומצונעמען די נענטערע[10]. עס זענען דא וואס זאגן אז די 127 מדינות דערמאנט אין די מגילה זענען די וואס ער האט אליין איינגענומען, דערצו האט ער געקעניג אויף נאך 125 וואס ער האט גע'ירש'נט פון כורש[11]. אין מגילה שטייט אז ער האט געקעניגט "פון הודו ביז כוש", אן אויסדרוק וואס ברענגט ארויס דער גרויסקייט און שטאנדהאפטיגקייט פון זיין קעניגרייך[12]. אחשוורוש האט פארמאגט אן אויסטערלישן רייכטום[13], ירש'נענדיג די אוצרות פון נבוכדנצר[14] און כורש[15], פארמאגנדיג אלעס אינאיינעם 1080 אוצרות[16]

לויט טייל מפרשים[17] איז אחשוורוש "ארתחששתא" וואס ווערט דערמאנט אין ספר עזרא אלץ דער וואס האט מבטל געווען דאס בויען דעם בית המקדש. די גוים וואס האבן געוואוינט ארום ירושלים האבן געשיקט א בריוו צו אתרששתא צו ווארענעם אז די אידן בויען א שטאט, ירושלים, וואס האט אלעמאל ווידערשפעניגט אין אירע הארן. און רעאקציע צום בריוו האט ארתחששתא געהייסן אפשטעלט דאס בויען, און אזוי איז עס געשטאנען פון זיין ערשטע יאר, ג'שצ"ב, ביז דעם צווייטן יאר פון דריווש הפרסי, שנת ג'ת"ח[18].

אין אחשוורוש'ס דריטע יאר האט זיך געענדידט די 70 יאר פון גלות בבל לויט זיין חשבון. ער האט גערעכנט פון גלות יכניה און נישט פון די חורבן הבית, און דערצו האט ער זיך אויך פאררעכנט מיט צוויי יאר, נישט אויפכאפנדיג צוויי צעהאקטע יארן פון די פריערדיגע קעניגן. ער האט דאן געפראוועט א גרויסן משתה פאר אלע זיינע שרים 180 טעג, און דערנאך נאך איינס זיבן טעג, פאר די איינוואוינער פון שושן הבירה[19].

אינעם זיבעטן טאג פון דער משתה האט די קעניגן ושתי זיך אטנזאגט פון פאלגן זיין פארלאנג און אים אויך פארשעמט און בארעדט, און ער האט איר דערפאר גע'הרג'ט. די קומענדיגע דריי יאר האט ער פארברענגט זוכן א נייע קעניגן, און אין זיין זיבעטע יאר האט ער געקרוינט אסתר המלכה.

אין זיין צוועלפטע יאר איז פארגעקומען די נס פון פורים, המן האט געמאכט א גזירה אויסצו'הרג'נען אלע אידן, און אסתר האט גע'שתדל'ט ביים אחשוורוש עס מבטל צו זיין. אין זיין דרייצנטע יאר האבן די אידן אדר גע'הרג'ט פילע פון זייער שונאים אין י"ג און אין י"ד אדר.

אחשוורוש האט געקעניגט 14 יאר, און דריווש הפרסי זיין זון פון אסתר האט אים איבערגענומען[20]. טייל ראשונים זאגן אז א קעניג ארתחששתא האט געקעניגט נאך אים[21].

זיין כאראקטער

זיין האסטארישע אידענטיטעט

די היסטאריע אין דער פערסישע עפאכע איז אומקלאר, און עס זענען פארהאן סתירות צווישן וואס מען זעט אין חז"ל און אין די פסוקים און וואס די גריכישע היסטאריקער האבן רעקארדירט. דאס פארשווערט צו דערגיין אויף זיכער די היסטארישע אידענטעטעט פון די מלכי פרס וואס ערשיינען אין תנ"ך, צווישן זיי אחשוורוש.

פארשידענע פארשלאגן זענען געזאגט געווארן, דער מערסט אנגענומענע איז אז אחשוורוש איז געווען חְשָׁיָארָשָׁ דער ערשטער (485-465 פאר די ציילונג), וואס איז באקאנט אין די געשיכטע אלץ קסערקסעס (Xerxes). א הויפט סיבה אזוי צו זאגן איז ווייל פון אן עטימאלאגישע שטאנדפוקנט ענדלט די פרסישע נאמען "חשיארש" צו "אחשוורוש". חשיארש דער צווייטער האט געקעניגט בלויז 45 טעג, און אלע אנדערע קעניגן האבן געהייסן "דריווש" אדער "ארתחששתא". אזוי אויך דער נאמען פון זיין קעניגן ווערט געברענגט דורך דער גריכישע העראדאטוס אלץ "אמסתריס", וואס ענדלט צו "אסתר". אזוי אויך זענען דא א צאל דעטאלן אין דער מגילה וועלכע שטימען שטארק מיט חשיארש'ס קעניגרייך[22].

אנדערע שלאגן אפ דער מיינוג, בעיקר ווייל ער האט געקעניגט צו לאנג נאך דער חורבן בית ראשון, וואס וואלט באדייט אז מרדכי און אסתר זאלן האבן געווען גאר אלטע לייט, און אז צווישן כורש און אחשוורוש האט צעטיילט ארום 50 יאר – אנדערש ווי וואס חז"ל זאגן אז אחשוורוש האט געקעניגט באלד נאך כורש'ס צייטן. אזוי אויך גייט דער מיינוג אינאיינעם מיט די הנחה אז די נס פורים האט פאסירט נאכן בנין בית שני אין די צייטן פון דריווש דער פאטער פון חשיארש, ווייטער אנדערש פון חז"ל[23].

יוסף בן מתתיהו[24] דערקענט אחשוורוש אין ארתחששתא דער ערשטער (465-425 פאר דער ציילונג), וואס ווערט אנגערופן אין גריכש "לאנגמאנוס" – דער מיט די לאנגע האנט. אויך די תרגום השבעים טייטשט אחושוורוש "ארטעקסרעקסעס" – די גריכישע ווערסיע פאר ארתחששתא. געוויסע טייטשן לויט דעם אז דאס וואס שטייט אין די מגילה[25] "ויין מלכות רב כיד המלך" מיינט אז פון ווי די "יד המלך" איז געווען לענגער פון דער צווייטער, אזוי אויך האט מען יעדן געגעבן וויין וואס איז עלטער ווי אים, ווי דער גמרא[26] דרש'נט אויף די דאזיגע פסוק[27].

אן אנדערע גאנגבארע מיינוג איז אז אחשוורוש איז געווען ארתחששתא דער צווייטער (405-358 פאר דער ציילונג)[28]. דער גריכישער פלוטארכוס האט באשריבן ביאגראפיעס אויך עטליכע לייט, צווישן זיי דעם ארתחששתא, ווי ער ווערט אפגע'משל'ט מיט אסאך ענדליכקייטן צו אחשוורוש פון דער מגילה: ער האט געווען א גרויסער טרינקער, מען האט געפאלנט אויף אים א אטענטאט, און פון צווישן פילע מוידן האט ער אויסגעקליבן דער מיידל וואס האט דווקא נישט געוואלט אריינלויפן צו אים ביז מען האט איר געצוואונגען[29].

אלכסנדער הול האלט אז אחשוורוש איז כנבוזי דער זון פון כורש (530-522), און איינקלאנגט מיט וואס חז"ל זאגן אז אחשוורוש האט געקעניגט גלייך נאך כורש און נאנט צו 70 יאר פון גלות יכניה[30]. אויך יעקב אשכנזי איז ביי דער מיינוג אז אחשוורוש איז פון די ערשטער פאר פרסישער קעניגן און נישט פון דער שפעטערדיגע[23]. נאך א מיינוג איז אז אחשוורוש איז דריווש דער גרויסער (522-485), און חשיארש דער ערשטער זיין זון איז דריווש הפרסי אין וועמענס צייטן מען האט געפארטיגט בויען דעם צווייטן בית המקדש[31].

  1. מגילה יא, א, און רש"י אויפן ארט
  2. מגילה יב, ב
  3. פרק א פסוק א
  4. 4.0 4.1 אויסגערעכנט דורך צבי הירש ווייס, פרסומא ניסא, ניו יארק, תשע"ה, זייט כב אין "אוצר המנוצר"
  5. ילקוט שמעוני אסתר רמז תתרמ"ט
  6. רבי שלמה אלקבץ, מנות הלוי, פרק א פסוק א
  7. מגילה יא, א
  8. פירוש המיוחס להרמב"ם אויף מגילת אסתר אויפן פסוק (אסתר, א, א) "המולך מהודו ועוד כוש
  9. פאר אן אויספירליכע ליקוט איבער די גרויסקייט פון אחושוורוש'ס קעניגרייך זע: צבי הירש ווייס, פרסומא ניסא, ניו יארק, תשע"ה, זייט כו אין "אוצר המנוצר" אות ט
  10. רבי שלמה אלקבץ, מנות הלוי, אסתר פרק א פסוק א בשם מדרש רבתי דאחשוורוש
  11. רבי רפאל חייא פונטרימולי, ילקוט מעם לועז, אסתר א, א
  12. מגילה יב, א
  13. און אויף אים גייט ארויף דער פסוק דניאל יא, ב "וְהָרְבִיעִי יַעֲשִׁיר עֹשֶׁר גָּדוֹל מִכֹּל". (פרקי דרבי אליעזר פרק מט)
  14. אסתר רבה פרשה ב, מדרש אבא גוריון פרשה א
  15. תרגום ראשון, אסתר א, ד
  16. ווי מען זעט אין די גמרא מגילה יא, א
  17. ווי דער אבן עזרא אויף דניאל יא, ב
  18. עזרא ד; סדר עולם רבה פרק כט
  19. מגילה יא, ב
  20. סדר עולם רבה פרק כח
  21. אבן עזרא דניאל יא, ב בשם רבי משה הכהן הספרדי
  22. יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים תקופות המקרא, ירושלים תרצ"ט, זייט 262; גבריאל חיים כהן, דעת מקרא מגילת אסתר, ירושלים, תשס"ז, זייט 4; יהודה לנדי, ויהי בימי האימפריה הפרסית, קרית יערים, תשע"א, זייט 40
  23. 23.0 23.1 יעקב אשכנזי, דבר בעתו, ירושלים, תרצ"ח, זייט 20
  24. קדמוניות היהודים, יא, ו, יא
  25. אסתר א, ז
  26. מגילה יב, א
  27. רבי אברהם אבא הערצל, שפתי חכמים, פרעשבורג, תרפ"א, פתיחת פרק ז אות ד
  28. יעקב מדן, מבוא צו חיים חפץ, "[מלכות פרס ומדי בתקופת בית שני ולפניה - עיון מחדש http://www.herzog.ac.il/tvunot/fulltext/mega14_hefetz.pdf]", מגדים יד, לויט י. הושנדר
  29. גבריאל חיים כהן, דעת מקרא מגילת אסתר, ירושלים, תשס"ז, זייט 6
  30. נאכגעברענגט אין: יוסף יצחק ברינר, אוצר מפרשי התנ"ך – עזרא, ירושלים, תשע"ה, זייט סח
  31. אליעזר גרינהוט, מבוא לפירוש עזרא ונחמיה, ירושלים, תרנ"ט