רוי:יהודה גלאנץ

ווערסיע פון 13:32, 2 מערץ 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{שטומף|מענטשן|אידישקייט}}" ב־"{{שטומף|אידן}}")

 

יהודה גלאנץ ביי א קאנצערט
יהודה גלאנץ ביי א קאנצערט
יהודה גלאנץ ביי אקאנצערט

יהודה גלאנץ (געב' דעם 19טן מערץ 1958) איז א פרומער אידישער זינגער, א בעל תשובה. ער קומט פון ארגענטינע, דרום אמעריקע.

ער איז געהייראט, מיט צען קינדער און פינף אייניקלעך. ער וואוינט אין ירושלים.

ביאגראפיע

גלאנץ איז געבוירן געווארן אין ארגענטינע אין א סעקולערער משפחה. ביי די 5 יאר האט ער אנגעהויבן לערנען שפילן דעם אקארדיוא מיט א פריוואטן לערער. ווען זיין פאטער האט געזען זיינע מוזיקאלע כשרונות האט ער אים געשיקט לערנענען אין א שולע פאר מוזיק. ביי די זעקס יאר האט ער אנגעהויבן זינגען אין דעם כאר פון דער מאקס נארדוי שול אין בוענאס איירעס מיט זיינע קוזינען. ער האט אנגעהויבן לערנען דעם פידל אין א קאנסערוואטאריע, און אין דער זעלבער צייט האט ער געשפילט פיאנע און גיטאר.

ביי די זעכצן יאר האט ער אנגעהויבן זיך צו ווייזן אין דער יונגער טרופע '"על קאנטא דע טאדאס"' (el canto de todos). ווען ער איז געווען אלט 17 יאר איז ער געפארן קיין בראזיל וואו ער האט געלערנט צוויי יאר שפילן די באסע-נאווע און סאמבא. דארט איז ער שטארק באאיינפלוסט פון די מוזיקער אנטאניא קארלאס זשאבים און זשילבערטא זשיל.

ביי די 21 יאר איז ער אנגעקומען אין ישראל און ער האט באשלאסן צו בלייבן. ער האט געלערנט פיאנע און קאמפאזיציע ביי פראפעסאר נחום פערפערקאוויטש. ביי די 22 האט ער קאמפאזירט מוזיק אין אן ארגינעלן סטיל.

זייענדיק אין ארץ ישראל האט אויפגעוועקט ביי אים אסאך שאלות ווען זיין אידישקייט, און ער איז ביסלעכווייז געווארן א בעל תשובה. אזוי שרייבט ער דרום־אמעריקאנער מוזיק מיט די ווערטער פון תנ"ך. היינט זינגט ער איבער דער וועלט, אין די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, דרום אפריקע, אויסטראליע, אייראפע, דרום אמעריקע און ישראל.

זיינע אלבומען

  • מוכרחים לרקוד
  • הגאולה
דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!